הויפט בלאט באריכט תנו כבוד לתורה • יהדות לעיקוואד גרייט זיך צום ביקור פון האד' מבאבוב זונטאג ויצא לכבוד חגיגת הכנסת ספר תורה

תנו כבוד לתורה • יהדות לעיקוואד גרייט זיך צום ביקור פון האד' מבאבוב זונטאג ויצא לכבוד חגיגת הכנסת ספר תורה

געשריבן דורך admin

מוצאי שבת פ' תולדות • כ"ט חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש


מיט גרויס התרגשות גרייט זיך דאס יהדות לעיקוואוד, מקבל פנים צו זיין פני הוד כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, וואס איז מארגן זונטאג א' דראש חודש כסליו ערווארטעט אויף א קורצן באזוך אין די שטאט, אויף וואס די תושבי העיר בכלל, ובפרט עדת חסידי באבוב קוקן אַַרויס מיט א רגש של שמחה זיך מיטצופרייען מיט די שמחה כפולה קבלת פּני צדיק, און מעמד הכנסת ספר תורה וואס וועט אָָפּגעראָָכטן ווערן ברוב פּאר והדר.

דער רבי שליט"א קומט ספּעציעל צו פאָָרן קיין לעיקוואָָוד, לרגל דעם געהויבענעם מעמד הכנסת ספר תורה וועט אַַריינגעגעבן ווערן צום בית המדרש הגדול 'צלותיה דשלמה' דבאבוב, בנדבת לבו הטוב פון הרה"ח ר' ישראל בלוי הי"ו וועלכע האט זוכה געווען צו פאַַרענדיגן די ספר תורה, לעילוי נשמתו פון זיין פאטער הגה"ח ר' משה אלי' בלוי ז"ל מחשובי חסידי באבוב אין בארא פארק ומנאמני ביתם פון אדמור"י בית באבוב.

לרגל המאורע איז די רבי נעתר געווארן לבקשתו פונעם נדבן און וועט אין א זעלטענעם ערשיינונג מופיע זיין בהדרו אין שטאט. א גרויסער שאַַטער אַַז אויפגעשטעלט געוואָָרן אויפ'ן באָָדן פארנט פונעם בנין ביהמ"ד, וואו די רבי שליט"א וועט אפרעכטן די ריקודין קדישין מיט די ספר תורה נאכגעפאלגט מיט די מסיבת לחיים לגומרה של תורה, ביי וועלכן מען וועט האָָבן די זכי' צו הערן די דברות קודש פונעם רבי'ן שליט"א וואָָס וועט משמיע זיין דברי הדרכה וחיזוק פאר די מתפּללי ביהמ"ד ועדת חסידי באבוב תושבי העיר.

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00