הויפט בלאט באריכט גלה כבוד מישראל • פארלוסט פאר עדת חסידי באיאן מיט פטירה פון הגאון ר' צבי שרייבער זצ"ל רב חסידי באיאן

גלה כבוד מישראל • פארלוסט פאר עדת חסידי באיאן מיט פטירה פון הגאון ר' צבי שרייבער זצ"ל רב חסידי באיאן

געשריבן דורך admin

זונטאג ב' דחוה"מ סוכות • י"ח תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש‎


א וואלקן פון טרויער האט זיך אראפגעלאזט אויף עדת חסידי באיאן מיטן אנקום פון די ביטערע בשורה אין א בחינה פון שבת משוש לבנו, נהפך לאבל מחולנו מיט די פטירה פון האי גאון וצדיק חסידא ופרישא, הגאון החסיד רבי צבי שרייבער זצ"ל רב חסידי באיאן, וועלכער איז נפטר געווארן דעם מוצאי יום טוב ראשון א קורצע צייט נאכן זמן, אין עלטער פון זעקס און זיבעציג יאר.

אבידה היא שאין לה תמורה, מיט די פטירה פונעם רב זצ"ל איז אוועקגעריסן געווארן דער עמוד ההוראה וההלכה בחצר הקודש באיאן מרא דכולא תלמודא מורה ודאין, וועלכער האט פאר איבער פערציג יאהר משמש געווען אלס רב ומורה צדק אין די באיאנער קהילה און געפסקנט שאלות להורות דבר ה' זו הלכה.

די לעצטע תקופה איז די רב ליידער געלעגן על ערש דווי בעת חסידי באיאן בתוך כלל ישראל האבן מתפלל געוועהן לרפואתו, ליידער זענען אבער די שערי רחמים געווען פארשלאסן, און דעם מוצאי יום טוב ראשון זמן שמחתינו האט ער צוריקגעגעבן זיין ריינע נשמה ליוצרה, לדאבון לב אלפי חסידי באיאן וכל בית ישראל. מיטן אנקום פון די בשורה לא טובה האט כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א איבערגעגעבן די הוראת הקודש מבטל צו זיין די מעמדי שמחות בית השואבה וואס האבן געזאלט פארקומען לרגל אושפיזא דיצחק אין אלע באיאנער קהילות, אלס אבילות נאך די שווערע פארלוסט וואס האט באטראפן עדת חסידי באיאן אלוועלטליך.

טויזנטער חסידי באיאן פון נאנט און ווייט זענען געקומען צו פארן צום מסע הלוי', און אפצוגעבן דעם כבוד האחרון פאר האי גאון וצדיק. על פי הוראת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א זענען אלע חסידים פון אלע שטעט ארויסגעקומען באוויינען די שווערע אבידה.

מוצאי יום טוב איז ארויס די לוי' פונעם בית הלויות שמגר אין ירושלים, דורכן קלויז הגדול דחסידי באיאן ווי עס זענען שוין געווען פארזאמלט טויזענטער אידן אין די גאסן ארום די גרויסע באיאנער קלויז ווי בראש המלוים האט זיך אנגעזעהן כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א, און נאך פילע אדמורי"ם ורבנים דייני ורבני הקהילה חסידים ואנשי מעשה, צווישן זיי האדמורי"ם מראחמיסטריווקא, ביאלא, קאפיטשניץ, סטריקוב ירושלים און נאך.

צוערשט האט בנו הגדול הגאון רבי אשר שרייבער פארגעליינט די צוואה פונעם רב זצ"ל, דערנאך האט מספיד געווען בקול בוכים ראש ישיבת באיאן הגאון רבי צבי ראבינאוויטש בשליחות הקודש פונעם באיאנער רבי שליט"א ארויסברעגענדיג די געוואלדיגע השפעה פונעם רב זצ"ל אויף קהל עדת חסידי באיאן, ווי ער האט אוועקגעשטעלט הונדערטער תלמידים דיינים ומורי צדק אין די קהילה וואס פסקענען שאלות על פי הוראותיו ודקדוקי הלכה פונעם רב זצ"ל, דערנאך האבן די קינדער געריסן קריעה און געזאגט קדיש.

דערנאך האבן די מאסן באגלייט די מיטה אראפ די גאס מיט פארוויינטע אויגן, און פון דארט איז מען געפארן צום הר המנוחות, וואו דער רב איז געקומען לקבורה אויפן חלקת הרבנים, כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א האט מיטגעהאלטן די גאנצע לוי' און אויסגעווארט ביז נאך סתימת הגולל.

Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00