הויפט בלאט באריכט נפטר געווארן הגה"ח ר' גרשון בנציון פריעדמאן ז"ל מזקני וחשובי חסידי וויזניץ אין בני ברק

נפטר געווארן הגה"ח ר' גרשון בנציון פריעדמאן ז"ל מזקני וחשובי חסידי וויזניץ אין בני ברק

געשריבן דורך admin

זונטאג פ' האזינו • כ"ו אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש


פארלאפענעם ערב שב"ק האבן פילע הונדערטער חסידי וויזניץ באגלייט למנוחת עולמים די מיטה פון הגה"ח המפורסם ר' גרשון בנציון פריעדמאן ז"ל, מוותיקי וזקני חסידי וויזניץ, וועלכער איז נפטר געווארן זייענדיג אין טיפן עלטער פון 90 יאר נאכ'ן זיין אפגעשוואכט די לעצטע עטליכע יאר.

דער נפטר ר' גרשון בנציון איז געבוירן געווארן אין אמעריקע בשנת תרצ"ה צו זיין פאטער הרה"ח ר' ישראל צבי ז"ל, און נאך די צווייטע וועלט מלחמה ווען הרה"ק בעל אמרי חיים מוויזניץ זצ"ל איז געקומען דאס ערשטע מאל קיין אמעריקע בשנת תש"ט האט ר' גרשון בנציון זיך מקשר געווען מיט אים בקשר עליון און איז פארבליבן דבוק צו בית וויזניץ ביז צו זיין לעצטן אטעם עלי אדמות, ביים צווייטן באזוך פונעם אמרי חיים מוויזניץ אין אמעריקע בשנת תשי"ד האט דער אמרי חיים אים מיטגענומען מיט זיך צוריק קיין ארץ ישראל וואו ר' גרשון בנציון איז אריין לערנען אין די וויזניצער ישיבה אין בני ברק.

נאך די חתונה האט ער זיך באזעצט אין שיכון וויזניץ וואו ער איז געווען פון די געהויבענע חסידים ואנשי מעשה, ער האט כל ימיו געדינט דעם אייבערשטן בהצנע לכת און האט עוסק געווען בתורה ועבודה אין די זעלבע צייט וואס ער האט שווער געארבעט פאר פרנסה, ער פלעגט אסאך לערנען זוהר און ספרי ח"ן און האט זוכה געווען צו האבן הערצה ביי די גדולי המקובלים.

ר' גרשון בנציון איז אלע יארן געווען דבוק אין די אדמור"י וויזניץ לדורותיהם, ולעומתם האבן זיי אים ארויסגעוויזן א זעלטענע חבה והערצה, זיין רבי דער אמרי חיים זצ"ל פלעגט אים יעדע יאר בעטן צו שטיין נעבן אים ביי די תפלות אין די ימים הנוראים זאגנדיג אז ער וויל אים זעהן במשך דעם גאנצן דאווענען, אויך בנו דער ישועות משה מוויזניץ זצ"ל פלעגט זיך מזכיר זיין פאר אים בעפאר די תפלות בשמו ושם אמו.

ר' גרשון בנציון האט כל ימיו עוסק געווען בצדקה וחסד און איז געווען א גרויסער עסקן פאר פארשידענע מוסדות התורה והחסד, צווישן זיי דער אירגון 'יד לאחים' און די תלמוד תורה 'זיו התורה' וואס ער איז געווען פון די עמודי התווך און לכבודו וועט די ת"ת פון היינט און ווייטער ווערן נקרא על שמו.

די לעצטערע יארן איז ער געווען זייער שוואך אבער ער האט ווייטער געדינט השי"ת די גאנצע צייט, פארלאפענעם דאנערשטאג האט ער נאך געהאט די זכי' אז מורו ורבו יבלחט"א מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א האט אים מבקר חולה געווען אין שפיטאל.

פרייטאג אינדערפרי האט ר' גרשון בנציון אויסגעהויכט זיין נשמה ליוצרה, די לוי' איז צום ערשט פארגעקומען ביים תלמוד תורה זיו התורה, און דערנאך בים ביהמ"ד הגדול אין שיכון וויזניץ וואו פילע הונדערטער חסידים ואנשי מעשה האבן אים מלווה געווען, בראשות דעם מנהיג העדה מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועלכער האט געזאגט אויף אים דעם ערשטן קדיש, וויבאלד דער נפטר ז"ל האט ליידער נישט איבערגעלאזט קיין דורות, און דער רבי שליט"א האט זיך דערביי פארגענימען ממשיך צו זיין צו זאגן דעם קדיש במשך דעם גאנצן יאר.

די מטה איז געפירט געווארן קיין ירושלים עיה"ק וואו ער איז געקומען לקבורה אויפ'ן הר המנוחות. 

יה"ר שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00