מאנטאג פ' כי תצא • ו' אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך
צענדליגער יחידי סגולה וויזניצער חסידים חברי 'המאירים' תומכי איגוד מוסדות וויזניץ האבן מיטגעהאלטן א געהויבענעם נסיעה און א יומא ארכיתא אין עיה"ק ירושלים בצל הקודש פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועלכע האט געווידמעט דעם יום תפילה ספעציעל מוקיר צו זיין די נדיבים חשובים וועלכע זענען אנגעשלאסן אין דעם לגיון של מלך אלס שותפות אינעם הייליגע תורה וחינוך אימפעריע – איגוד מוסדות וויזניץ.
נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א, ארויף צום ציון הק' פון הרה"ק בעל 'דמשק אליעזר' מוויזניץ זי"ע במרומי הר הזיתים שטייענדיג אין טאג פון זיין הילולא ב' אלול, בעפאר אמירת תהילים האט הגאון ר' ישראל מיללער חבר בד"ץ וויזניץ מעורר געווען דעם ציבור לתשובה ותיקון המעשים שטייענדיג אינעם חודש הרחמים והסליחות, און ארומגערעט בגודל הזמן פונעם יעצטיגן עת רצון זייענדיג מעורר דעם ציבור איינצורייסן לישועות הכלל והפרט, דערנאך האט געזינגען די ניגון 'מאת השם היתה זאת' וואס די בעל הילולא דער דמשק אליעזר האט פארפאסט שבת קודש ב' סיון תרצ"ו נאך די הסתלקות פון אביו הרה"ק בעל אהבת ישראל מוויזניץ זי"ע, און מען האט געקענט טאפן די גרויס התעוררות אין די לופטן.
די רבי שליט"א האט דערנאך יורד געווען לפני התיבה צו ספר רביעי שבתהילים מיט גרויס השתפכות הנפש, און דערנאך געזאגט קדיש, נאכן דאווענען האט זיך די רבי משתטח געווען אויפן ציון הק' און מתפלל געווען א תפילה חרישית לישועתן של ישראל.
דערנאך איז די רבי אריין אינעם אוהל פון צדיקי בית ראחמיסטריווקא, און צוגעגאנגען צום ציון פון הרבנית מרים ע"ה טאכטער פונעם פעטער הגה"צ רבי נפתלי חיים אדלר זצ"ל און געזאגט א קדיש.
דאן איז מען אנגעקומען אויף א תפילת רבים ביים שריד בית מקדשינו הכותל המערבי, מען האט געדאוונט מעריב ברוב עם, און דערנאך האט מען געזינגען ניגוני גאולה, מיט ניגוני געגועים צו די שכינה הקדושה און בית מקדשינו, אויך האט מען געזינגען ניגוני ימים נוראים זיך אנצווארעמען צו די הייליגע טעג הממשמשין ובאין, דאן איז די ציבור נדיבי עם קודש דורך איינציגווייז אל מול פני הקודש מיט קוויטלעך להיוושע בכל מילי דמיטב, און די רבי האט פארטיילט פאר יעדן חסיד א זילבערנע האניג האלטער מיט געבענטשטע האניג בברכת שנה טובה ומתוקה, דערנאך האט די רבי משמיע געווען קורצע דברות קודש און אנגעוונטשן אלע משתתפים מיט שפע ברכות, גאר א הייליגער מאמענט איז געווען ווען דער רבי שליט"א איז צוגעגאנגען צום כותל און שופך שיח געווען לישועת הכלל והפרט בדמעות שליש און אויסבעטן א גוט געבענטשט יאהר לנו ולכל ישראל.