הויפט בלאט באריכט האד' מגור אהיימגעקערט פון קור-ארט צוליב מלחמה אנגעצויגנקייט אין ארץ ישראל; חסידי גור פארלאזן שטאט חצור

האד' מגור אהיימגעקערט פון קור-ארט צוליב מלחמה אנגעצויגנקייט אין ארץ ישראל; חסידי גור פארלאזן שטאט חצור

געשריבן דורך admin

זונטאג פ' ראה • כ"א אב תשפ"ד | בחצרות הקודש


אין ליכט פונעם אנגעצויגענעם מצב אין ארץ ישראל שטייענדיג ביים שוועל פון א פולשטענדיגע מלחמה ח"ו, האט כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א היינט אינדערפרי תיכף נאך שחרית פארלאזט דעם מקום הנופש אין מושב אורה און זיך אהיימגעקערט קיין עיה"ק ירושלים.

גלייכצייטיג האט דער רבי איבערגעגעבן די הוראת הקודש, אז אלע חסידים וואס וואוינען אין שטאט חצור אין צפון ארץ ישראל, און האבן די מעגליכקייט, זאלן זאפארט פארלאזן די שטאט חצור, און אריבערקומען אין די צענטראלע שטעט אין ארץ ישראל. די הוראת הקודש פון רבי'ן איז איבערגעגעבן געווארן דורך מקורבו הרה"ג ר' אברהם בנימין זילבערבערג שליט"א. אויך די גערער ישיבה גדולה אין חצור וואס איז לעת עתה סטאנציאנירט אין ירושלים – עד יעבור זעם, וועט נישט אנהייבן דעם זמן אין חצור צוליב די אנגעצויגנקייט.

באזונדער האט דער רבי שליט"א געהייסן איבערגעגעבן פאר די תלמידי הישיבות הקדושות וואס געפינען זיך אצינד אין חוץ לארץ, זיי זאלן דערווייל נישט צוריק קומען קיין ארץ ישראל ביז דער מצב וועט זיך בארואיגן.

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00