הויפט בלאט באריכט האד' מסאדיגורא וועט אונטערנעמען בליץ-באזוך קיין מאנטריאל צו באשיינען משפחה שמחה

האד' מסאדיגורא וועט אונטערנעמען בליץ-באזוך קיין מאנטריאל צו באשיינען משפחה שמחה

געשריבן דורך admin

מוצאי שבת פ' ואתחנן • י"ג אב תשפ"ד | בחצרות הקודש


דעם קומעדיגן זונטאג ראה וועט כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א ארויספארן אויף א בליץ באזוך צום שטאט מאנטריאל אין קאנאדע צו באשיינען די שמחת החתונה פון אן איר אייניקל פון הרה"ק בעל 'עקבי אבירים' מסאדיגורא זצוק"ל, אן אייניקל ביים פעטער הגה"צ ר' פנחס שפירא שליט"א רב דחסידי סאדיגורא תל אביב, די חתן א זון פון זיין איידעם הרב דוד מארילוס ראש כולל סאדיגורא בראכפעלד ידיד נאמן ומקורב למלכות.

די רבי שליט"א וועט זיך ארויסלאזן אין וועג מוצאי כ"א אב, די יומא דהילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר בעל 'עטרת ישראל' מסאדיגורא זצ"ל, און וויילן אין מאנטריאל קארגע צוויי טעג, די רבי וועט האבן די אכסניא אין שטוב פון זיין שוואגער הרה"ג ר' ברוך שטערנבוך שליט"א. חסידי ואוהדי בית סאדיגורא אין קאנאדע וועלן דערביי אויסנוצן די געלעגנהייט זיך מסתופף צו זיין בצל קדשו און אריינגיין אל הקודש פנימה נהנה זיין עצה ותושיה בזמן שהצדיק בעיר, זייענדיג דאס ערשטע מאל וואס די רבי באזוכט אין שטאט נאכן איבערנעמען די שבט ההנהגה.

Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00