זונטאג פ' מטות מסעי • כ"ב תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילד קרעדיט: באדיבות המצלם
אין א דראמאטישע שריט פון שלום ושלוה ווערט היינט באקאנט בחצרות הקודש וויז'ניץ, אז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א האט געמאלדן פאר זיינע ברידער האדמורי"ם שליט"א לבית וויז'ניץ, אז פון היינט אן קענען זיי אננעמען סנדקאות פון די חסידים פון אנדערע שטעט, און אזוי אויך עפענען שטיבלעך פאר די חסידים וואס וואוינען אין א אנדערע שטאט.
דאס קומט נאך זעקס א האלב יאר זינט די הסתלקות פון הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זי"ע, ווען די ברידער כ"ק האדמורי"ם לבית וויזניץ פלעגן נישט אננעמען קיין סנדקאות פון חסידים וואס וואוינען אין אנדערע שטעט, מפני כבודו פונעם עלטערן ברודער, און אזוי אויך איז דערווייל נישט געעפנט געווארן קיין שטיבלעך פאר חסידים פון אנדערע רבי'ס, אין די שטעט וואס עס וואוינט דארט א אנדערע וויזניצע רבי.
פארלאפענע וואך ווען כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א איז געווען צוגאסט אין די קאנטרי בערג, האט ער אפגעהאלטן א זיצונג מיט די ברידער כ"ק האדמורי"ם, און דערביי געמאלדן אז פון היינט אן קען מען טראגן ברית'ן פון איין שטאט צום צווייטן, און אזוי אויך זאל מען עפענען שטיבלעך פאר די חסידים אין אנדערע שטעט, און באזונדערע כוללים ומוסדות התורה.