פרייטאג פ' בלק • י"ג תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
אין א דראמאטישע שריט איז היינטיגן ערב שבת געמאלדן געווארן אז כ"ק אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א וועט קומען וויילן אויף דעם קומענדיגן שבת פ' מטות מסעי אין שיכון סקווירא, בצל הקודש פונעם גרויסן שוואגער כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.
ווי באקאנט, הערשט א נאנטן קשר מאז ומקדם צווישן דער וויזניצער רבי שליט"א מיט בית סקווירא און דורכאויס אלע יארן קומט דער וויזניצער רבי כסדר קיין סקווירא לראות בשלום אחיו, ווי דער רבי דערמאנט זיינע זכרונות מימי קדם ווען דער רבי האט אלס בחור געלערנט אין סקווירא. אצינד האט דער רבי אויסגעדרוקט רצון קדשו צו קומען וויילן אויף א שבת אין שטעטל און מיטהאלטן אלע תפלות און טישן דורכאויס דעם גאנצן שבת בצילא דמהימנותא קדישא. דער וויזניצער רבי שליט"א וועלכע געפונט זיך אין די יעצטיגע וואכן אין מאלויה שווייץ אויף אפרוה, וועט זיך ארויסלאזן דעם קומענדיגן דאנערשטאג מטות מסעי אויפן וועג קיין ניו יורק און באלד נאך שבת וועט זיך דער רבי צוריקקערן צום מקום הנופש אין שווייץ.
ביי חסידי וויזניץ ווערט די יעצטיגע באזוך באצייכענט אלס גאר היסטאריש, זייענדיג די ערשטע מאל וואס דער רבי וועט פראווענען א שבת ביי א צווייטן רבי, כחסיד לפני רבו, און דאס ערשטע מאל וואס דער רבי וויילט אויף שבת אין סקווירא. די רבי שליט"א וועט קומען צו פארן אויף שבת מיט א ענגע סוויטע חסידים, די קינדער און געציילטע משמשים און מקורבים, די חסידים זענען פארבעטן געווארן נישט מיט צוקומען אויף שבת.