הויפט בלאט באריכט חסידי תולדות אהרן געזעגענען זיך מיט מורם ורבם האד' מתולדות אהרן איידערן ארויספארן קיין אונגארין אויף וואקאציע

חסידי תולדות אהרן געזעגענען זיך מיט מורם ורבם האד' מתולדות אהרן איידערן ארויספארן קיין אונגארין אויף וואקאציע

געשריבן דורך admin

דינסטאג פ' בלק • י' תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש


ווי יאהר יערליך איידער כ"ק האדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א לאזט זיך ארויס אויף וואקאציע איז נעכטן מאנטאג פארגעקומען די מעמד צאתכם לשלום ווי די חסידים האבן זיך געזעגענט פונעם רבין שליט"א ואל יפטר אדם מחברו אלא מתוך דבר הלכה, ווי די רבי טוט משמיע זיין מדברות קדשו דברי חיזוק בענינים העומדים על הפרק אין הדרכות ישרות לימי הקיץ אין ווי אזוי זיך צוצוגרייטן צו די הייליגער טעג כראוי וכנכון.

נאך קידוש לבנה ברב עם הדרת מלך איז די רבי ערשינען אין ביהמ"ד אין איבערגעגעבן שיחת קודש פאר די חסידים, בתוך דבריו האט די רבי שליט"א מעורר געווען איבער קביעות עיתים לתורה, ובפרט בשבתות וימים טובים און פארן דאווענען, און מרחיב געווען בדיבורו איבער די גרויסקייט פון די שבתים און די וויכטיגייט פון אויסנוצן די שבתים כדבעי, און אריינגעלאזן טללי תחיה והתחזקות שטייגן מעלה מעלה בתורה ועבודה ובמעשים טובים און דביקות צום רבונו של עולם, אויך האט די רבי געבעטן פון די חסידים איהם אינזינען צו האבן למנוחת הנפש והרחבת הדעת.

נאך די שיחת קודש וואס האט זיך פארצויגן פאר ארום א שעה צייט האט הגאון רבי אהרן בראנסדארפער מרבני הקהילה וחבר בית דין צדק העדה החרדית אנגעוונטשן דעם רבי'ן שליט"א בשם כל הקהל הקודש ווי איינגעפירט, און דערנאך האט די משמש בקודש הרב גבריאל שישא אויסגערופן אז ווי די רבי האט אליינס געבעטן זאל יעדער – בלי שום יוצא מן הכלל, אנשים נשים וטף זקנים עם נערים מתפלל זיין און זאגן יעדן טאג מזמורי תהילים לבריאותו השלימה, תתחדש כנשר נעוריכי בבריות גופא ונהורא מעליא. דאן איז די גאנצע ציבור דורך זיך געזעגענען, צו ערשט די רבני ודייני הקהילה, דערנאך די בעלי בתים אין דאן די אינגעלייט פון אלע שטעט.

נאכן דורכגיין האט די רבי געבענטשט די שליח מצווה געלט כנהוג און דאס איבערגעגעבן פאר די גבאים פון מפעל 'תורתך שעשועי' צו פארטיילן פאר די יונגעלייט וועלכע האבן גענימען די בחינות אין ראם פון תורתך שעשועי וואס איז פארגעקומען איידער די מעמד צאתכם לשלום בנוכחותו פונעם רבי'ן שליט"א. מארגן מיטוואך וועט די רבי שליט"א אפרייזן קיין אונגארן וואו די רבי וועט זיך אויפהאלטן משך די זוממער חדשים אינעם שטאט מאד, נישט ווייט פון קערעסטיר.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00