דינסטאג פ' בלק • ט' תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
אן עלעקטראנישער שטראם פון התרגשות נעמט אדורך דעם יהדות אייראפע מיט'ן אנקום פון די בשורה מרנינה, איבער א היסטארישע מסע הגדולים, ווען מ'וועט זוכה זיין מקבל פנים צו זיין את פני מרנן ורבנן גדולי הדור פון ארה"ק וואס נעמען פריש אונטער א נסיעה קיין חוץ לארץ צו שאפן די אסטראנאמישע געלטער צו ראטעווען דעם עולם התורה בארה"ק פון צוזאמענבראך.
כמעשהו בראשונה, ווען די גדולי הדור שליט"א האבן מאציל געווען מהודם און מזכה געווען דעם יהדות אמעריקע מיט בלויז געציילטע וואכן צוריק, וואו ס'איז געשאפן געווארן פרעצעדענטלאזע צענדליגער מיליאנען פאר'ן נייעם "קרן עולם התורה", וועלן די גדולי ומאורי הדור זיך אצינד ארויסלאזן קיין אייראפע, וואס אנטשפרעכט צו זיין א יומא אריכתא פון לעכטיגע טעג פאר יהדות אייראפע.
די בליץ-באזוך וועט פארקומען דעם קומענדיגן מאנטאג און דינסטאג מטות מסעי, ווען די גדולי ישראל מרנן ראשי הישיבות הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א, הגאון רבי משה הילל הירש שליט"א, כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, המשגיח הגה"צ רבי דן סגל און הגאון רבי דוד כהן שליט"א, וועלן זיך ארויסלאזן אינאיינעם קיין עיר הבירה לאנדאן, מיט א ציל צו שאפן 15 מיליאן פונט, צו משלים זיין דעם ציל פון 107 מיליאן דאלאר וואס פעלט זיך אויס למען הצלת עולם התורה.
דורכאויס די צוויי טעג וועלן אפגעהאלטן ווערן א רונדע פון מלכות'דיגע באנקעטן בבתי הנגידים, וואו עס וועט ווערן אויפגעטריבן די סכומים אדירים דורך די נדיבים בעם און בארימטע פילאנטראפן ביים יהדות ענגלאנד, לענגאויס סטעמפארד הילל, גאלדערס גרין, עדזשווער, און הענדאן וואס רישן זיך אנצושליסן אין די קריטישע אונטערנעמונג, ווען אין שפיץ פונעם היסטארישן מסע ההצלה ווערט געפאלנט א מעמד אדיר ונשגב "קבלת פני רבותינו", וואס וועט אפגעראכטן ווערן אויף א ריזן פארנעם, דינסטאג פ' מטו"מ אין צענטער פון שטאט לאנדאן.