זונטאג פ' בהר • י"א אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש
שטייענדיג בלויז א וואך צום גרויסן טאג ל"ג בעומר ווערט מיט פרייד אויפגענומען צווישן שלומי אמוני ישראל די ענדגילטיגע פלענער פאר די הדלקה רבתי דורך הגה"צ המשפיע מלהיב לבבות ישראל הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א, וואס וועט לאור המצב ווען אתרא קדישא מירון וועט זיין אפגעשלאסן, אפגעראכטן ווערן אויף א ריזן פארנעם אינעם עיר החסידות בית שמש במעמד רבבות אלפי ישראל.
"רבי אלימלך'ס הדלקה" איז ברייט באקאנט אלס איינע פון די סאמע גרעסטע הדלקות אין ארץ ישראל, ובפרט אינעם מקום קודש הקדשים, על הר הקודש מירון, וואו ס'איז שוין מערערע יארן אפגעראכטן געווארן אלס מעמד הוד שבהוד במעמד רבבות ישראל וואס זענען "דערהויבן" געווארן מיט'ן אש להבת שלהבת וואס דער משפיע האט אויפגעפלאמט לכבוד התנא אלקי.
היי-יאר ווען מ'וועט ליידער נישט קענען מעריך זיין די הדלקה באתרא דרבי שמעון אין מירון, זענען די עסקנים שוין לענגערע וואכן אריינגעטאן אין הפעטיגע ארומזוכונגען אויף א פאסיגן ערזאץ פאר די הדלקה, ביז ס'איז ענדגילטיג באשטימט געווארן דער גיגאנטישער שטח אדיר ביים אריינגאנג צום נייעם יישוב אין רמה ד' אין בית שמש, אויף רחוב זכרי' הנביא, וואס וועט אויסגערישט ווערן מיט די מאקסימום פלאץ צו אקאמאדירן צענדליגער טויזנטער משתתפים, מיט די הויכשטאקיגע פארענטשעס און דער מקום רחבת ידים פאר די ריקודין און פאר די עריכת ההדלקה, און אלע ארומיגע געברויכן לצרכי הציבור.
אין די לעצטערע טעג האט מען ערהאלטן די ענדגילטיגע פערמיטן פון די לאקאלע אינסטאנצן, און ס'איז תיכף דערויף אריין אין שוואונג די פאקטישע ארבעט אויפ'ן שטח, בשעת עס גייען אן די פיבערהאפטיגע הכנות אויף אלע פראנטן, ובפרט איז מען שטארק טעטיג מיט'ן אראנדזשירן א מאסיווע "טראנספארטאציע" אפאראט צו צושטעלן פאר'ן ציבור פראקטישע און באקוועמע טראנספארטאציע פון אלע שטעט אין ארץ ישראל, וואס ווערט יעצט אויסגעארבעט די לעצטע פלענער מיט די באס אגענטורן און פירמעס אין לאנד.
דער מעמד הדלקה וועט זיך אנהייבן מוצש"ק ליל ל"ג בעומר כחצות הלילה, און וועט זיך פארציען אויף שעות ארוכות ביז'ן אור הבוקר, באגלייט מיט די פלאם פייערדיגע ריקודי קודש און דרשות נלהבות דורכ'ן משפיע במשנתו הטהורה פונעם תנא אלקי רבי שמעון בר יוחאי.