הויפט בלאט נייעס אפדעיט: האד' מסקולען באפרייט פון שפיטאל נאך קענטיגע שינוי לטובה אדאנק תפילות ישראל

אפדעיט: האד' מסקולען באפרייט פון שפיטאל נאך קענטיגע שינוי לטובה אדאנק תפילות ישראל

געשריבן דורך admin

זונטאג שבוע שחל בו פסח • י"ג ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש

ברוך הטוב והמיטב – אין די יעצטיגע פארמיטאג שעהן אין ניו יארק קומט אן די בשורה טובה אז כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א איז בחסדי שמים באפרייט געווארן פון שפיטאל נאך א לייכטע פארבעסערונג אינעם מצב, ווען די נוממערן פון די 'קארבן דיאקסייד' זענען ב"ה אראפ. די רבי וועט זיך בעז"ה ערהולן די קומענדיגע טעג און מיטן אייבישטנס הילף קענען פראווען דעם יו"ט פסח בקרב עדת צאן מרעיתו.

כלל ישראל טוט ווייטער מתפלל זיין למען בריאותו השלימה פונעם רבין שליט"א מרן ישעי' יעקב בן רייזל לרפו"ש שיתחדש כנשר נעוריו, דער רבי זאל זיך ווי גיכער צוריקכאפן צו די כוחות און זיך אומקערן לאיתנו הראשון בבריא גופא ונהורא מעליא.

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00