הויפט בלאט באריכט האד' מסאדיגורה איז מכבד דודו הגדול מרן פוסק הדור מיט סנדקאות

האד' מסאדיגורה איז מכבד דודו הגדול מרן פוסק הדור מיט סנדקאות

געשריבן דורך admin

פרייטאג פ' צו • י"ט אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש

היינט ערב שבת איז כ"ק האדמו"ר מסאדיגורה שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך ביים פעטער מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל 'תשובות והנהגות' במקום הנופש אין נתניה וואו דער גאון וויילט די טעג אויף אפרוה, די רבי שליט"א איז געקומען אפנעמען ברכת מזל טוב לרגל שמחת הולדת בנו למזל טוב אין דערביי מכבד געוועהן דעם פוסק הדור מיט סנדקאות ביים שמחת הברית דעם קומענדיגן זונטאג. ביים באזוך איז ארומגעשמועסט געווארן שיינע ענינים ווען אינדערמיט האט דער גאון געזינגען עטליגע פזמונים פון די זמירות שבת קודש.

Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00