הויפט בלאט באריכט האד' מוויז'ניץ אנגעקומען אויף בליץ באזוך קיין ניו יארק צו מבקר חולה זיין ביים שוועסטער הרבנית מסקווירא תליט"א

האד' מוויז'ניץ אנגעקומען אויף בליץ באזוך קיין ניו יארק צו מבקר חולה זיין ביים שוועסטער הרבנית מסקווירא תליט"א

געשריבן דורך admin

מיטוואך פ' משפטים • כ"ח שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש

היינט נאכמיטאג האט כ"ק האדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א געלאנדעט אין ניו יארק, אויף א קורצע 24 שעה'דיגן באזוך מבקר חולה צו זיין ביי די שוועסטער הרבנית מסקווירא תליט"א לרפו"ש וועלכע געפינט זיך ליידער אין שפיטאל אין א קריטישע געזינט צושטאנד. ביים אנקומען אין די ניוארק לופטפעלד האט די רבי שליט"א דארט געדאווענט מנחה אין תיכף זיך ארויסגעלאזט אין וועג קיין מאנהעטן אינעם קאר פון מקורבו הנגיד ר' מאיר דוד טאבאק, יעצט נאכמיטאג קומט די רבי אן צו די מאונט סיני שפיטאל ווי די רבי וועט מבקר חולה זיין ביי די שוועסטער הרבנית מסקווירא תליט"א.

Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00