הויפט בלאט באריכט האד' מקאסוב צוגאסט אויף קומענדיגן שבת פ' יתרו בצל קדשו פון האד' מפשעווארסק אין אנטווערפען

האד' מקאסוב צוגאסט אויף קומענדיגן שבת פ' יתרו בצל קדשו פון האד' מפשעווארסק אין אנטווערפען

געשריבן דורך admin

מיטוואך פ' יתרו • כ"א שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש

אין א היסטארישע שריט וועט כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א אפצורייזן קיין אנטווערפען, להסתופף בצל קדשו פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, אויף דעם שבת פ' יתרו – קבלת התורה.

שוין א לענגערע צייט וואס דער קאסובער רבי האט אויסגעדריקט געוועהן רצון קדשו, צו מיטהאלטן א שבת אין פשעווארסקע הויף, נהנה צו זיין מאור תורתו וצדקתו פונעם פשעווארסקער רבי'ן שליט"א מגדולי צדיקי הדור. אצינד ווען די קאסובער רבי שליט"א האלט זיך אויף א דייטשלאנד לצרכי רפואה האט די רבי באשלאסן אונטערצונעמען די נסיעה קיין אנטווערפען בעלגיע אויף דעם קומענדיגן שבת הבא עלינו לטובה, שבת פרשת יתרו.

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00