כ"ק האדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א וועלכע האלט זיך אויף אין עיה"ק טבריה אויף די ימי השובבי"ם כמנהגו איז נעכטן מיטוואך נאכט אנגעקומען צום נייעם חרדישן יישוב הר יונה אויף א באזוך ביי אחיו הגדול כ"ק האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א וואו די רבי וויילט די טעג בקרב חסידיו, א לענגערע צייט האבן די ברידער האדמור"ים פארברענגט בדברי תורה וחסידות אין געשמועסט איבער די בלי אין וואוקס פונעם היימישן יישוב אין הר יונה אין די רבי'ס האבן זיך געזעגענט לשלום.