מוצאי שבת חנוכה פ' וישב • כ"ו כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שוקי לרר
אין א ערשטמאליגע שריט האט כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א פון בני ברק געצינדן די נרות יעצט ביינאכט אנגעטון מיט א קאלפיק, כמנהג זקינו הקדוש דער הייליגער חקל יצחק פון ספינקא זי"ע ולמעלה בקודש.
טראץ וואס דעם רבינ'ס פאטער הרה"ק בעל שיח יעקב יוסף זצ"ל פלעגט נישט גיין אנגעטון מיט א קאלפיק, האט דער רבי אויסגעדרוקט רצון קדשו אין די לעצטערע טעג צוריק צו מחדש זיין דעם מנהג פון זיין הייליגן זיידן דער חקל יצחק, און צינדן די נרות חנוכה מלובש מיט א קאלפיק. איינער פון די נגידי החסידות האט זיך געלאזט קאסטן מאוצרו הטוב א גאר טייערע קאלפיק אין ווערד פון זיבן טויזענט דאללער, און היינט אויפדערנאכט די ערשטע לעכטל חנוכה האט דער רבי באנייעט דעם קאלפיק, ביי די שהחיינו ליכט במעמד קהל רב.