הרה"צ רבי חיים שלום האלברשטאם בנו הגדול פון כ"ק האדמו"ר מבאבוב שליט"א איז היינט אנגעקומען אויף א קורצע באזוך אין שטאט אנטווערפען לרגל א שמחה ביי איינע פון די חסידים, פארמיטאג איז ער געוועהן אויף א באזוך ביים מרא דאתרא הגה"צ גאב"ד אנטווערפען אין נאכמיטאג איז פארגעקומען א מסיבת קבלת פנים לכבודו אין ביהמ"ד באבוב אין שטאט וואו די חשובער גאסט האט משמיע געוועהן דברי חיזוק פאר די חסידים תושבי העיר.