הויפט בלאט באריכט חסידי באבוב קוקן ארויס מיט עקסטאז צום מעמד חנוכת הבית פון נייעם גיגאנטישן בנין 'בנות ציון ד'באבוב'

חסידי באבוב קוקן ארויס מיט עקסטאז צום מעמד חנוכת הבית פון נייעם גיגאנטישן בנין 'בנות ציון ד'באבוב'

געשריבן דורך admin

מיטוואך פ' כי תבוא – י"ג אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש

מיט שפאנענד-פרייליכע געפילן גרייטן זיך חסידי באבוב צום היסטארישן מעמד דעם קומעדיגן מאנטיג נצבים ווען מען וועט בשע טובה באנייען דעם בנין אדיר ונהדר בית חינוך לבנות בנות ציון דבאבוב נאך אַזויפיל ארויסקוקן און ווארטן, נאכ׳ן באגלייטן מיט שפאנונג די העפטיגע בוי-ארבעט אין די לעצטע דריי יאהר און אצינד איזאיז פארענדיגט געווארן דעם פרעכטיגן אכט שטאקיגע בנין כלול בהדרו ובמראה יפיו וכולו אומר כבוד ותפארה, און וועט אין די יעצטיגע ימי אלול נתחנך ווערן דורך די תלמידות בשעה טובה ומוצלחת.

לכבוד דעם לאנג ערוואטערטער מאמענט האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א באשטימט א געהויבענע מעמד 'בקשת רחמים' וואו די ציבור חסידים וועלן זיך אינאיינעם צונויפנעמען אינעם ריזן אודיטאריום פונעם נייעם בנין, אויף א מעמד קביעת מזוזות, וואו מען וועט דאווענען מנחה ברוב עם, און דאן הערן דברות קודש פונעם נשיא המוסדות ומנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, דערנאך וועט מען אינאיינעם זאגן פרקי תהילים מעורר צו זיין רחמי שמים על בנינו ועל דורותינו, נאכפאלגנדיג מיט א מסיבת לחיים לכבוד המאורע.

גדול יהיה כבוד הבית הזה!

Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00