הויפט בלאט באריכט נייער מהודר'דיגער "עירוב" אין לינדען גרונטליך איבערגעקוקט דורך האד' מקאסאן

נייער מהודר'דיגער "עירוב" אין לינדען גרונטליך איבערגעקוקט דורך האד' מקאסאן

געשריבן דורך admin

דינסטאג פ' שופטים – כ"ח אב תשפ"ג | קול בחצרות

דעם ערב שבת איז כ"ק האדמו"ר מקאסאן שליט"א – מייסד העיר לינדען, ארומגעגאנען באקוקן די עירוב אינעם שטאט לינדען אינאיינעם מיט די עסקני וועד העירובין, וואו די רבי האט בודק געוועהן די פארגרעסערטע עירוב און די תחומין פונעם בליענדן שטאט לינדען אין אירע אלע ווינקלען, געבנדיג די געלעגענהייט פאר די תושבים צו קענען טראגן אן קיין שום חששות און פקפוקים.

דער רבי איז ארומגעאגנען מיט די עסקנים פאר גאנצע דריי שעה, אין איבערגעגאנגען די פריש פארענדיגטע עירוב מאפע, וואס נעמט אריין פארשידענע נייע געגענטער וואו היימישע אידן האבן זיך באזעצט די לעצטע תקופה, וואו מען האט אויסגעשמועסט די פילע דעטאלן וואס די עירובי תחומין און עירובי חצרות נעמט אריין, און פארשידענע שאלות וואס מאכן זיך יעדע שטיק צייט, און דער רבי האט ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו שלא יצא מכשול מתחת ידינו. ביים אנקומען צוריק אהיים איז פארגעקומען די מעמד 'זיכוי הפת' דורכן רבי'ן שליט"א.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00