הויפט בלאט בד"ה גלה כבוד מישראל • כ"ק האד' משינאווא זצוק"ל נסתלק געווארן לגנזי מרומים

גלה כבוד מישראל • כ"ק האד' משינאווא זצוק"ל נסתלק געווארן לגנזי מרומים

געשריבן דורך admin

מונטאג פ' עקב – י"ג אב תשפ"ג | קול בחצרות

בילד קרעדיט: אבי סורקיס

גלה כבוד מישראל – הורם הנזר והוסרה העטרה

מיט גרויס צער און טרויער קומט אן די ביטערע בשורה ארויס פון די קאלאמביע שפיטאל איבער די הסתלקות לשמי מרום פון האי גאון וצדיק חסידא ופרישא שריד לדור הישן, נזר שושלת אבותיו, כ"ק אדמו"ר משינאווא זכר צדיק לברכה, וואס איז יעצט פארמיטאג נסתלק געווארן לגנזי מרומים אין הויעכן עלטער פון 94 יאהר.

די רבי זצ"ל איז געווען פון די חשובי וזקני האדמורי"ם אין שטאט מאנסי, א צדיק נשגב, אין אן עובד ה' מנעוריו, גדול בתורה ועמוד צלותא דיהודאי, און איז געווען א ריכטיגע דולה ומשקה מתורת רבו לאחרים, זייענדיג א מעתיק שמועה וועלכע איבערגעגעבן פארן יונגן דור דאס וואס ער האט געזעהן אין מקבל געווען ביי די צדיקי דורות הקודמים.

די רבי איז געוועהן א זוהן פונעם לאנצהוט'ער רב הגה"צ רבי אלטר יעקב יצחק וואגשאהל זצ"ל, און אן איידעם פונעם וואידיסלאוו'ער רב הגה"צ רבי ישכר דב ראטנבערג זצ"ל איידעם פון הרה"ק רבי שלום משאץ ולמעלה בקודש.

די לוי' גייט ארויס היינט 3:30 נאכמיטאג פון ביהמ"ד שינאווא אויף נעשער קאורט אין מאנסי אויפן וועג צום בית החיים אין ניו דזשערזי ווי די רבי וועט קומען לקבורה.

וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף השם

Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00