הויפט בלאט בד"ה וְשָׁם אִשָּה גְדוֹלָה • נפטר געווארן הרבנית הצדקנית אמא של מלכות פון האדמו"ר מבוהוש

וְשָׁם אִשָּה גְדוֹלָה • נפטר געווארן הרבנית הצדקנית אמא של מלכות פון האדמו"ר מבוהוש

געשריבן דורך admin

זונטאג פ' ואתחנן – ה' אב תשפ"ג | קול בחצרות

ברוך דיין האמת – וְשָׁם אִשָּה גְדוֹלָה

מיט גרויס צער און טרויער נעמען אויף חסידי בוהוש די ביטערע בשורה איבער די פטירה בשיבה טובה פון הרבנית הצדקנית מרת שיינדל שרה דבורה פרידמאן ע"ה אמה של מלכות פון כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א וועלכע האט נארוואס אויסגעהאכט איר נשמה אין די מעייני הישועה שפיטאל אין בני ברק אין עלטער פון 87 יאהר במעמד פון די בני המשפחה נאכן נישט זיין געזונט אין די לעצטערע וואכן.

די רעבעצין ע"ה – בתו היחידה פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק רבי יצחק מבוהוש זצ"ל, און אלמנת הרה"צ ר' ישראל שלום יוסף פנחס פרידמאן זצ"ל מפאשקאן איז געווען מגזע אראלים ותרשישים און שריד לדור דעה און האט זוכה געווען צו זעהן עולמה בחייה מיטן אוועק שטעלן דעם שיינעם דור, בנין וחתנין רבנן, בנה יחידה כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א און חתנה יחידה כ"ק אדמו"ר מביאלא רמת אהרן שליט"א, אייניקלעך און איר אייניקלעך לשם ולתפארת.

די לוי' גייט ארויס היינט 11:00 םפארמיטאג פון ביהמ"ד הגדול בוהוש אויף רח' חגי אין בני ברק אויפן וועג צום בית החיים אין גבעתיים ווי די רעבעצין ע"ה וועט קומען לקבורה סמוך ונראה צום ציון הק' פון איר גרויסן פאטער כ"ק אדמו"ר מבוהוש זצ"ל.

שנשמע ונתבשר בשורות טובות

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00