הויפט בלאט נייעס האד' מאלכסנדר ערווארטעט אויף קורצע באזוך אין לאנדאן אונטערוועגנס קיין שווייץ

האד' מאלכסנדר ערווארטעט אויף קורצע באזוך אין לאנדאן אונטערוועגנס קיין שווייץ

געשריבן דורך admin

דינסטאג פ' מטות מסעי – כ"ב תמוז תשפ"ג | קול בחצרות

בילד קרעדיט: שוקי לרר

חסידי אלכסנדר אין לאנדאן גרייטן זיך מיט שפאנונג מקבל צו זיין את פני הקודש פון כ"ק האדמו"ר מאלכסנדר שליט"א וועלכער וועט אנקומען די קומענדיגער וואך בשערי העיר אויף א קורצע באזוך בקרב עדת צאן מרעיתו תושבי לאנדאן, צו משפיע זיין פונדערנאנט און געבן די געלעגנהייט פאר די חסידים זיך צו מסתופף זיין בצל הקודש.

די רבי שליט"א וועט אונטערנעמען די נסיעה זייענדיג אונטערוועגנס קיין שווייץ אויף אפרוה, די רבי וועט אנקומען קיין לאנדאן די קומענדיגער וואך זינטיג דברים אין זיך אויפהאלטן אין שטאט ביז מיטוואך אויפדערנאכט. דורכאויס די קורצע ימי הביקור וועט די רבי באזוכן אין די שטיבלעך דחסידי אלכנסדר אין סטעמפארד הילל אין אין גאלדערס גרין אין אויפנעמען די חסידים מיט קוויטלעך לקראץ די הייליגער טעג הממשמשים ובאים.

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00