הויפט בלאט נייעס נעשה ונשמע • וויכטיגער אסיפה פאררופן פאר תושבי שיכון סקווירא זיך מחזק צו זיין בעניני צניעות אין לבוש

נעשה ונשמע • וויכטיגער אסיפה פאררופן פאר תושבי שיכון סקווירא זיך מחזק צו זיין בעניני צניעות אין לבוש

געשריבן דורך admin

מוצ"ש פ' במדבר – כ"ט אייר תשפ"ג | קול בחצרות

מטעם קהל צמח דוד אין שיכון סקווירא איז פאררופן געווארן א היסטארישע אסיפה פאר כלל חסידי סקווירא תושבי שיכון סקווירא, וואו מ'וועט זיך צוזאמקומען זיך מחזק צו זיין בעניני צניעות און לבוש, לאור קריאת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וועלכער האט ארומגערעדט פארגאנגענעם ל"ג בעומר ביים היסטארישן מעמד הדלקה איבער די וויכטיגקייט פון נזהר זיין אין צניעות.

די מעמד וועט פארקומען דעם זונטאג נאכט ראש חודש סיון, בהיכל ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא, דער משמש בקודש הרה"ח ר' ביינוש אייזענבערג הי"ו וועט אויפטרעטן און איבערגעבן דברות וברכת הקודש פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, דאן וועט מען הערן א גייסטרייכע דרשה פונעם מגיד מפורסם הרב הגאון ר' שמעון שפיטצער שליט"א.

א ספעציעלע דרשה וועט זיין איבער אקטועלע הלכה שאלות בעניני צניעות, איבערגעגעבן דורך הגה"צ ר' יוסף ישראל אייזענבערגער שליט"א דומ"ץ שיכון סקווירא, און הרה"ג ר' דוד משה רייכמאן שליט"א דומ"ץ הקהילה אין ספרינג וואלי. צום שלוס פונעם מעמד וועט מען זאגן אינאיינעם תפילת השל"ה, פארגעזאגט דורכ'ן רבינ'ס זון הרה"צ ר' יצחק טווערסקי שליט"א.

Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00