הויפט בלאט באריכט פראכטפולע שבע ברכות בשמחת בית סקווירא מיוחד פאר נגידי ותומכי מפעל "שקל הקודש"

פראכטפולע שבע ברכות בשמחת בית סקווירא מיוחד פאר נגידי ותומכי מפעל "שקל הקודש"

געשריבן דורך admin

דינסטאג פ' כי תבא • ט"ז אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: אברומי בלום, JDN


א פראכטפולע און עלעגאנטע שבע ברכות איז אפגעראכטן געווארן דעם דאנערשטאג בחצר הקודש סקווירא, ווען די גרעסערע תומכים און נדיבים פון מפעל שקל הקודש שע"י בית כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, האבן געהאט די זכיה מיטצוהאלטן געהויבענע מאמענטן אינאיינעם מיטן רבי'ן כשהשמחה במעונו, און מיסיב געווען בשבת אחים גם יחד ביי גאר א רייכע מסיבת שבע ברכות.

די שבע ברכות איז געווען געווידמעט פאר די דריי הונדערט נגידי החסידות, וואס האבן צושטייער געגעבן במשך די פארלאפענעם יאהר פון צוועלף טויזענט דאללער און העכער לטובת די מפעל הצדקה שקל הקודש, די מעמד איז פארגעקומען אין די עטרת טשארנא זאל וואס איז געוועהן גאר פראכטפול צוגעגרייט מיט רייכע מטעמים ותפנוקי מעדנים. באגלייט מיט פרקי שירה וזמרה דורך בארימטע בעלי מנגנים.

אנהייב מעמד איז פארגעקומען א הערליכע שפיל דורך הני תרי בדחנא משמחי אלוקים ואנשים ר' יעקב יוסף לאנגסאם הי"ו און ר' וועלוול פעלדמאן הי"ו, דערנאך איז אפגעהאלטן געווארן אן ערשטמאליגע זעלטענע פאנעל מיט די משמשים בקודש לפני ולפנים ביים רבי'ן שליט"א, הלא המה הרב דוד בערגער, הרב אברהם בנימין  ביינוש אייזנבערג, און הרב אהרן פריעדמאן, ווי דער שואל הרב יעקב יוסף טווערסקי אן אייניקל פון רבי'ן האט אויסגעפרעגט די גבאים שאלות און סודות מחדרי המלך פנימה, ווי איבער די סדר היום, און פארשידענע עובדות והנהגות.

דאן האט מען געהאט די זכיה צו מקבל זיין את פני הקודש פונעם סקווירא רבי'ן, וועלכער איז ערשינען אינעם זאל לקול תרועת הזמר, עס האט אויפגעטרעטן דעם גזבר הקופה הרב נפתלי לויבער, ווען אינצווישן האט די קאפעליע פארגעזינגען שיינע פרקי חרוזין.

דערנאך האט מען געהערט לעבעדיגע עדות דורך פארשידענע מנהלים און עסקני המוסדות והשטיבלעך און די ארגאניזאציעס בחצר הקודש סקווירא וועלכע האבן אויפגעטרעטן מיט הארציגע ווערטער בשבח פונעם מפעל שקל הקודש והעומד בראשה דער רבי שליט"א.

גאר רירנד איז געווען ווען עס איז ארויפגעקומען האברך ר' חיים דייטש הי"ו א קיילעכיגע יתום מאב ואם וואס האט חתונה געהאט מיט עטליכע חדשים צוריק און האט זיך באדאנקט פארן רבי'ן פארן שטיין לימינם פון די גאנצע משפחה בכל עת וזמן אדאנק ד הילף פונעם שקל הקודש קאסע.

בשעת די שמחה איז אנגעקומען די בשורה איבער די געבורט פון א איר אייניקל ביים רבי'ן, אייניקל ביי הרה"צ רבי יצחק שליט"א, און די גאנצע ציבור האט אינאיינעם געוואונטשן מזל טוב פארן רבי'ן.

נאכן זינגען ניגוני התעוררות האט מען געהאט די זכיה צו הערן דברות קודש פון רבי'ן שליט"א, וועלכער האט דערציילט סיפורים ועובדות פון די בעלי ההילולא, און ארומגערעדט איבער די געוואלדיגע חשיבות פון געבן צדקה, במיוחד אין די יעצטיגע ימי הרחמים, בפרט דורך די בארימטע מפעל שקל הקודש, און אויסגעפירט מיט א לענגערע ברכת הקודש פאר אלע משתתפים.

דערנאך האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף א ריקוד של שמחה, די רבי האט טועם געווען פון די מאכלים און געוואונטשן לחיים פאר די חתן מחותנים און זיידעס. נאכן בענטשן זענען אלע משתתפים דורך אל מול פני הקודש ווי די רבי האט פארטיילט פאר יעדער א מילגרוים באגלייט מיט א פערזענליכע ברכת הקודש.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00