הויפט בלאט נייעס דעטרויט • האד' מקארלין סטאלין וועט פראווען הילולא פון דודו הרה"ק רבי יעקב חיים מסטאלין זי"ע

דעטרויט • האד' מקארלין סטאלין וועט פראווען הילולא פון דודו הרה"ק רבי יעקב חיים מסטאלין זי"ע

געשריבן דורך admin

זונטאג פ' תזריע מצורע – כ"ה ניסן תשפ"ג

Blog Image

ברגשי קודש גרייטן זיך חסידי קארלין סטאלין אפצורעכטן די הילולא קדישא פונעם צדיק וקדוש רבי יעקב חיים מסטאלין זכר צדיק לברכה וואס געפאלט אויס דער וואך ו' אייר. כמידי שנה בשנה וועט כ"ק האדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א קומען צו פארן קיין אמעריקא אין פראווען די הילולא במקום מנוחת קדשו אין דער שטאט דעטרויט אינאיינעם מיט הוהדערטער חסידים וואס וועלן קומען צו פארן פון איבעראל מיטצוהאלטן דעם יומא דהילולא בצל הקודש.

דער קארלין סטאלינער רבי וועט זיך ארויסלאזן קיין ניו יארק מארגן מאנטיג נאכמיטאג, דינסטיג צופרי וועט די רבי דאווענען שחרית בבית מדרשו אין בארא פארק אין דורכן טאג אויפנעמען די חסידים מיט קוויטלעך, צומארגנס מיטוואך וועט די רבי ממשיך זיין די נסיעה מיט א פריוואטע פליגער קיין דעטרויט, מיטוואך אויפדערנאכט וועט די רבי מעריך זיין שולחנו הטהור אין די סעודת הילולא אינעם ריזן שאטער וואס ווערט אויפגעשטעלט הארט לעבן דעם בית החיים אין דעטרויט.

דאס יאהר וועט די רבי צום ערטשן מאל איבערנעכטיגן אין דעטרויט, אין דאנערשטיג צופרי נאך תפילת שחרית וועט מען פוקד זיין דעם ציון הק' להיפקד בדבר ישועה ורחמים. אין די יעצטיגע טעג האבן די עסקנים ארויסגעדינקען צוויי גרויסע האטעלן וועלכע וועלן ווערן איינגערישט צו קענען אקאמאדירן די הונדערטער חסידים וועלכע קומען צו פארן פון נאנט אין פון ווייט צום יארצייט.

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00