הויפט בלאט נייעס וַיַּרְא מְנֻחָה כִּי טוֹב • האד' מוויז'ניץ וועט וויילן קומענדיגע וואכן אין דאוואס שווייץ אויף א

וַיַּרְא מְנֻחָה כִּי טוֹב • האד' מוויז'ניץ וועט וויילן קומענדיגע וואכן אין דאוואס שווייץ אויף א

געשריבן דורך admin

מוצ"ש פ' שמיני – כ"ד ניסן תשפ"ג

פון בית מרן האדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א איז געמאלדן געווארן אז דער רבי שליט"א וועט דער וואך אפרייזן קיין דאוואס שווייץ אויף אפרוה ווי דער רבי וועט זיך אויפהאלטן די קומענדיגער דריי וואכן אין די קרעסטא האטעל. דער רבי וועט זיך ארויסלאזן קיין שווייץ דעם דינסטיג מיט א פריוואטע פליגער אינאיינעם מיטן שוואגער כ"ק האדמו"ר מטשערנאביל שליט"א וועלכע וועט אויך וויילן די קומענדיגע וואך אין דאוואס אויף מנוחת הנפש.

גלייכצייטיג איז געמאלדן געווארן אז דעם קומענדיגן שבת פ' אחרי קדושים וועט געגעבן ווערן די געלעגנהייט פאר די חסידים תושבי אייראפע, איינוואוינער פון לאנדאן, מאנטשעסטער, אנטווערפען, ציריך, און די שטעט ארום, צו קומען מיטהאלטן דעם שבת קודש בצל הקודש, עס וועט ועורן צוגערישט אכסניות אינעם ארטיגן קרעסטא האטעל, און דער רבי וועט פראווענען די תפילות און טישן ברוב עם געווידמעט פאר די חסידים תושבי אייראפע.

Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00