הויפט בלאט באריכט דושינסקא חסידים באנייען מיט התרגשות דעם פארגרעסערטע בית המדרש הגדול לכבוד יו"ט ראש השנה

דושינסקא חסידים באנייען מיט התרגשות דעם פארגרעסערטע בית המדרש הגדול לכבוד יו"ט ראש השנה

געשריבן דורך admin

דינסטאג פ' האזינו • ח' תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN


אויף דעם יום טוב ראש השנה האט מען אין א מזל'דיגע שעה פארענדיגט די מאסיווע רענאוואציע פראיעקט בחצר הקדוש דושינסקיא  מיטן פארברייטערן און פארגרעסערן דעם בית המדרש הגדול היכל מהרי"ץ דושינסקיא אין ירושלים עיה"ק אויף מזרח זייט, וואו מען האט ארויסגעבויעט אן ערך פון אכט מעטער וואס איז פיר און צוואנציג פיס, צוברענגענדיג נאך פיר הונדערט זיץ פלעצער צום היכל בית המדרש.

ערב יום טוב איז כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א אנגעקומען אויף א לענגערע באזוך אין ביהמ"ד אינאיינעם מיט די חברי וועד קרן הבנין און די גבאי ועסקני הביהמ"ד וועלכע האבן ארומגעוויזן דעם רבי'ן. 

אין די שפעטע שעות פון דאנערשטאג ביינאכט, מיטן ענדיגן די עבודת הבני' וואס איז אנגעגאנגען די לעצטערע זומער חדשים, זענען אריינגעקומען אל הקודש פנימה צום רבי'ן די ארבייטער ועושי המלאכה, צוזאמען מיטן קאנטראקטאר ר' מנשה ווייצמאן, וואו דער רבי האט זיי באדאנקט און פארטיילט א פלאש וויין פאר יעדן פון די ארבייטער לחיים ולברכה.

ערב יום טוב איז דער רבי שליט"א ארויסצוגעפארן צום ציון הק' פון צדיקי בית דושינסקיא ביים בית החיים נעבן די שערי צדק שפיטאל, בראש קהל חסידיו.

נאך מנחה ערב יו"ט האט דער רבי אויפגעטראטן מיט דברות קודש און ארויסגעברענגט רגשי לבבו, אז מ'איז אנגעקומען צו דעם פריידיגן מאמענט אז מ'איז זוכה מחנך צו זיין דעם נייעם צוגעבויעטן חלק פונעם ביהמ"ד און אויסגענוצט דעם געלעגנהייט מעורר צו זיין דעם ציבור אויף עניני מורא מקדש.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00