מאנטאג פ' האזינו • ז' תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש
נעכטן זונטאג איז האדמו"ר רבי יקותיאל אבוחצירא שליט"א אפגעפלויגן קיין מיכלשטאט, דייטשלאנד, וואו ער האט כמנהגו רבות בשנים – פוקד געוועהן דעם ציון הק' פונעם בעל שם פון מיכלשטאט זי"ע וועמענס יארצייט וואס איז אויסגעפאלן צום גדליה – אין באגלייטונג פון א גרויסער צאל חסידים און אוהדים פון לאנדאן, אנטווערפען און נאך אייראפעישע שטעט. נאכמיטאג אויפן וועג צוריק צום לופטפעלד אין פראנקפורט האט דער מקובל מתפלל געוועהן אויף די בתי עלמין אין שטאט ביים אלטן בית החיים וואו עס ליגן באערדיגט די גדולי האחרונים מצוקי ארץ, דער פני יהושע, רבי נתן אדלער דער מהר"ם מראטענבורג און די מוטער פונעם חתם סופר זי"ע. דערנאך האט דער מקובל מתפלל געווען אויפן נייעם בית החיים ביים ציון הק' פון הרה"ק רבי ישראל מסטאלין זי"ע לרגל די יארצייט וואס איז אויסגעפאלן ראש השנה.