מוצאי שב"ק פ' וילך • ה' תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש
מיט צער און טרויער איז אנגעקומען די ביטערע בשורה איבער די פטירה פון הרה"ג ר' עזריאל אהרנוביץ זצ"ל רב דקהל מאור התקווה אין שטאט גני תקווה, וועלכער האט זוכה געווען מקרב צו זיין טויזענטער אידישע הערצער לאביהם שבשמים, און פארשפרייטן תורה ויראה פאר זיינע תלמידים ושומעי לקחו.
ר' עזריאל אהרן ז"ל איז געווען א פייערדיגע אלכסנדר חסיד דורי דורות זייענדיג דבוק און זיינע גרויסע רבי'ס, ער איז געווען אן איש הלכה, ובעל השפעה, און מדריך געווען פילצאליגע תלמידים און בעלי תשובה ההלכו לאורו.
גאנצע 40 יאהר האט ער געוואוינט אין קרית ישמח משה אין שטאט גני תקווה נישט ווייט פון בני ברק וואו ער האט אנגעפירט זיין שיינעם קהילה "מאור התקוה" ורבים השיב מעוון ביי זיינע שיעורים תמידין כסדרן, זייענדיג ברייט באקאנט אלס איינע פון די גרעסטע מחזירי התשובה אינעם געגענט.
במיוחד איז דער רב ז"ל געוועהן מקורב ביי זיין שכן טוב כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א, מיט וועם ער האט זיך דורכגערעט על כל צעד ושעל, בפרט אין די פעלד פון קירוב, אין וועלכן דער סאסובער רבי איז כידוע עוסק צענדליגער יאהרן.מיט עטליכע וואכן צוריק האט ער געליטן א הארץ אטאקע און דעם שבת איז ער נפטר געווארן אין עלטער פון פינעף און זעכציג יאר, איבערלאזנדיג א דור ישרים מבורך.
די לוויה האט זיך אנגעהויבן פארנט פון ביהמ"ד הגדול סאסוב אין קרית ישמח משה וואו כ"ק האדמו"ר מסאסוב שליט"א האט מספיד געוועהן דעם חשובן נפטר. דערנאך איז פארגעקומען די לוויה פארנט פון בית מדרשו מאור התקוה וואו הונדערטער אידן האבן זיך פארזאמלט אפצוגעבן דעם כבוג האחרון, אינצווישן זיי איז געוועהן כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א וועלכע האט מיטגעהאלטן די לוויה א לענגערע צייט.