הויפט בלאט באריכט המוזג כוס לתלמיד חכם: האד' מתולדות אהרן באזוכט ביים פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך צום נייעם יאהר

המוזג כוס לתלמיד חכם: האד' מתולדות אהרן באזוכט ביים פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך צום נייעם יאהר

געשריבן דורך admin

פרייטאג פ' נצבים • כ"ו אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש


דעם מאנטאג נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א אריבערגעקומען אויף א באזוך לביתו נאווה קודש פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל 'תשובות והנהגות', דער רבי האט דורש געוועהן בשלומו פונעם גאון און מען האט אריינגעברענגט כיבוד, עס איז דערביי געשאפן געווארן א לענגערע שמועס איבערן מצב הדור ביי וועלכן דער פוסק הדור האט זיך שטארק אפגערעט מנהמת ליבו איבער די רדיפות הדת אין ארץ ישראל, איבערהויפט דער גזירה איומה פון גיוס בני הישיבות וואס פלאגט די לומדי התורה אברכים און בחורים.

ביים ענדע פונעם באזוך האט דער גאון איבערגעגעבן פארן רבי'ן ספרו החדש עובדות והנהגות און אריינגעשריבן דערין א הקדשה בכתב יד קדשו און די רבי האט זיך געוואונטשן מיטן פוסק הדור א גוט געבענטשט יאהר און א שנת גאולה וישועה.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00