הויפט בלאט באריכט היסטארישער נסיעה דורך גדולי ומאורי ישראל קיין לאנדאן הבירה להצלת עולם התורה | חלק ב'

היסטארישער נסיעה דורך גדולי ומאורי ישראל קיין לאנדאן הבירה להצלת עולם התורה | חלק ב'

געשריבן דורך admin

דאנערשטאג פ' נצבים • כ"ה אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש


און ווייטערדיגע באריכטן פון די היסטארישע רייזע דורך די גדולי ומאורי הדור קיין לאנדאן הבירה לטובת דעם "קרן עולם התורה", ווי מען האט דעם מאנטאג זוכה געווען צו נאך א פולע טאג פון התרוממות והתעלות, מבסס צו זיין דעם עולם התורה אין ארץ ישראל, און אין די זעלבע צייט נהנה זיין מאור תורתם וצדקתם פון די גדולי ישראל.

דער טאג האט זיך אנגעהויבן מיט סליחות און תפילת שחרית, נאכן דאווענען זענען די גדולי הדור ארומגעגאנגען אין די שטובער פון די חשוב'ע נגידים, הר"ר משה דזשעי און הר"ר מאיר מרמורשטיין. דארט, ארום א רייך-געדעקטן פרישטאג-טיש, האבן זיך פארזאמלט צענדליגער עסקנים און פילאנטראפן, צו הערן דעם דבר ה' פון די גדולי ישראל וועלכע האבן מיט ווארעמע דיבורים ארויסגעברענגט די געוואלדיגע זכיה און דעם גרויסן אחריות וואס ליגט אויף יעדן איד צו שטיצן דעם עולם התורה מיט מסירות נפש, בפרט אין א צייט וואס די תורה הקדושה ווערט, חלילה, באקעמפט פון אלע פראנטן.

פון דארט איז די משלחת געפארן צום שטוב פונעם בארימטער נגיד און עסקן הר"ר לייבי לעווינסאן דער מארח פון די נסיעה, וואו די רבנים האבן אים פערזענליך אפגעגעבן א דאנק פאר זיין איבערגעגעבנקייט צום הצלחה פונעם נסיעה.

נאכמיטאג האט הגאון הגדול רבי דוד כהן שליט"א ראש ישיבת חברון אויפגעטרעטן מיט א דרשת חיזוק אין בית המדרש "סיני", לקראת די ימים נוראים, פאר הונדערטער מבני הקהילה און תושבי המקום.

נאכמיטאג איז אפגעהאלטן געווארן די רירנדע מעמד אדיר תפילה וזעקה וכינוס צעירי הצאן, פאר די טויזנטער תינוקות של בית רבן תושבי לאנדאן ווי באריכטעט.

דער טאג האט זיך געשלאסן מיט א סעריע פון רייכע באנקעטן, אנגעהויבן ביי די חשוב'ע ברידער הנגידים הרב בן ציון און הרה"ג ר' שלמה פרישוואסער שליט"א, און דערנאך ביי הנגיד ר' גבריאל אקערמאן, וואו נגידים האבן זיך אונטערגענומען פעסטע התחייבות'ן צו ווערן שותפים להחזקת הקרן. צום לעצט איז פארגעקומען א מסיבה מפוארה לנגידים אין סטעמפארד היל, אינעם שטוב פון הנגיד הרב מרדכי זיסקינד לאנדא הי"ו, וואו אונטער איין דאך האבן זיך צוזאמגענומען די גרעסטע פילאנטראפן פון די חסידישע קרייזן אין לאנדאן, אין שפיץ פון די גדולי ומאורי הדור אוועקצושטעלן א פינאנציעלן בסיס פאר די לומדי התורה בארצינו הקדושה.

 אן ערהאבן בילד איז געווען צו זעהן דעם נדיבי עמים נאספו בהתאסף ראשי עם, ווען די גדולי ישראל זיצן אויפן אויבן אן בראש המסובים און צו זייער זייט זיצן די חשובע מחזקי התורה מוכן ומזומן אראפצונעמען פונעם גרויסן עול וואס איז גאפאלן אויף די גדולי התורה צו ראטעווען די ישיבות און כוללים אין ארץ ישראל. 

דינסטאג, האבן זיך די גדולי ישראל צוריקגעקערט קיין ארץ הקודש, איבערלאזנדיג דעם לאנדאנער אידנטום אנגעפילט מיט חיזוק והתעלות, און דערמיט איז געשלאסן געווארן די צוויי טאג'יגע נסיעה מיט גרויס הצלחה און סייעתא דשמייא.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00