הויפט בלאט באריכט נייע גיגאנטישער ביבליאטעק אין ישיבת שובה ישראל אין מאנהעטן פינאנצירט דורך אידישער ביליאנער דזשעי שאטנשטיין

נייע גיגאנטישער ביבליאטעק אין ישיבת שובה ישראל אין מאנהעטן פינאנצירט דורך אידישער ביליאנער דזשעי שאטנשטיין

געשריבן דורך admin

מיטוואך פ' נצבים • כ"ד אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש


פארגאנגענעם וואך איז אין מאנהעטן איינגעשטעלט געווארן די גרעסטע אידישע ביבליאטעק אין די פאראייניגטע שטאטן, געגרינדעט געווארן אין דעם ישיבה-קאמפלעקס “שובה ישראל” בנשיאות האדמו"ר רבי יאשיהו פינטו שליט"א גאב"ד מאראקא, דער פינאנצירער פונעם פראיעקט איז דער בארימטער אידישער ביליאנער דזשעי שאטענשטיין.

די נייע ביבליאטעק באשטייט פון א ריזן אוצר מיט אריבער 20,000 ספרי קודש, אנגעהויבן פון תנ"ך, גמרא, הלכה, ספרי חסידות און א גרויסע אויסוואל פון פארשידענע אידישע ביכער און אויסגאבעס אין מערערע נושאים בהלכה, אגדה און היסטאריע, אויף פארשידענע שפראכן. באזונדער איז אויך צוגעשטעלט ספעציעלע זאלן, ווי עס וועלן געהערט ווערן לעקציעס אין אלע מקצועות התורה, פריוואטע שטודיע צימערן און עטליכע קאמפיוטער'ס צום באנוץ פונעם 'אוצר החכמה' תורה פראגראם.

ביי א באשיידענע עפענונג צערעמאניע, במעמד פון הרב פינטו שליט"א און דער נדיב, האט דער רב שליט"א ארויסגעברענגט אז די גרינדונג פון דער ביבליאטעק וועט עווענטועל מקרב זיין הונדערטרער פארלוירענע נשמות לאביהם שבשמים, אידן פון מאנהעטן ומחוצה לה, מיטן ציל אז דאס פלאץ זאל זיין א מקום תורה וואו אידישע קינדער זאל קענען זיצן און לערנען אין אלע שעות פון טאג.

אין זיינע ווערטער האט דער רב שליט"א שטארק אויסגעלויבט דעם נדיב ר' דזשעי שאטנשטיין פאר זיינע אסטראנאמישע ביישטייערונגען צו פארשפרייטן תורה אין דער אידישער וועלט. ער האט דערמאנט לשבח דעם "שס שאטענשטיין" פראיעקט – וואס איז געווארן א נחלת הכלל ביי לומדי תורה איבער די גאנצע וועלט, און זיך אויסגעדרוקט אז אין אלע דורות איז נישט געווען איינער וואס האט געברענגט אזא ברייטע תורה-רעוואלוציע ווי דער חשובע נדיב וואס האט געהאט די זכי' צו זיין א מזכה הרבים אויף אזא שטוינענדער פארנעם.

Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00