הויפט בלאט באריכט מעמד אדיר תפילה וזעקה פאראייניגט טויזנטער ילדי תשב"ר פון לאנדאן בראשות מרנן ורבנן גדולי ישראל שליט"א פון ארה"ק

מעמד אדיר תפילה וזעקה פאראייניגט טויזנטער ילדי תשב"ר פון לאנדאן בראשות מרנן ורבנן גדולי ישראל שליט"א פון ארה"ק

געשריבן דורך admin

דינסטאג פ' נצבים • כ"ג אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש


טויזנטער תינוקות של בית רבן תושבי לאנדאן האבן נעכטן מקבל געוועהן פני כבודם פון די גדולי מאורי ישראל, ראשי הישיבות ומנהיגי העדה פון ארץ ישראל וועלכע זענען געקומען צו פארן קיין לאנדאן הבירה מיטן ציל צו שאפן סכומים אדירים לטובת דער "קרן עולם התורה" צו פינאנצירן די ישיבות און כוללים בארץ הקודש.

צו דעם געלעגנהייט איז אפגעהאלטן געווארן א רירנדע מעמד אדיר תפילה וזעקה וואו די טויזנטער צעירי הצאן פון מערערע ליטווישע תלמודי תורה פון שטאט האבן זיך צומויפגעזאמלט מיטן ציל איינצורייסן מיט הייסע תפילות ותחנונים מבטל צו זיין די שווערע גזירה וואס שוועבט ליידער אויף יושבי ארץ ישראל.

די מעמד איז פארגעקומען אין די P&P זאלן אין שטאט, וואס איז געוועהן צוגעגרייט מיט טויזנטער זיצן פאר די קינדער און זייערע מחנכים. בהדרת כבודה של תורה האט מען מקבל פנים געווען די גדולי התורה מיט טענץ און געזאנג.

דער מעמד האט זיך געעפענט מיט אמירת תהילים בהתעוררות רב וואס האט אפגעהילכט אינעם גאנצן זאל. נאך אמירת תהילים האט דער ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א משמיע געווען דברי הדרכה פאר די טויזנטער ילדי החמד און בתוך דבריו ארויסגעברענגט פאר די קינדער אריינצוכאפן די קינדערישע יאהרן צו דערשפירן דעם אמת'ן טעם, די מתיקות התורה.

דערנאך האט דער ראש ישיבה הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א, אויפגעטרייסלט די יונגע נשמות מיט פייערדיגע דיבורים איבער אונזער תפקיד אויף דער וועלט נזהר צו זיין אויפן כבוד פונעם רבונו של עולם, דורך דאווענען מיט כוונה, רעדן וואו עס פאסט פאר א בן תורה, און דער עיקר, דורך התמדת התורה.

צום שלוס פונעם מעמד האבן די טייערע קינדערלעך זוכה געווען דורכצוגיין פארנט פון די גדולי ישראל לויט א ספעציעלן סדר יעדער תלמוד תורה באזונדער, צו באקומען א פערזענליכע ברכת שנה טובה וואס וועט באגלייטן די ילדי החמד אויף א גאנץ יאר.

Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00