לכבוד די ימי הרחמים והסליחות האט כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א אויפגעטרעטן מיט א דרשת חיזוק אין ראם פון אירגון שיעורי תורה, אין ביהמ"ד קארלין סטאלין אין בארא פארק, וואו דער רבי ארומגערעט בגודל קדושת הימים, און פאסיגע דברי הכנה צו די ירח האיתנים מפי ספרים וסופרים, וואו דער ציבור האט געשלינגען מיט דורשט די דברי פי חכם חן.