דאנערשטאג פ' כי תבא • י"ח אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש
א פרייליכע מעמד התמנות איז פארגעקומען דעם מיטוואך בביתו נאווה קודש פון כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א בעת די וועכענטליכע זמני כניסה אין וויליאמסבורג לרגל דעם התמנות פון הרה"ג המפורסם ר' אברהם וואלף שנעבאלג שליט"א אלס דומ"ץ ביהמ"ד אור ישראל אלימלך ד'סאטמאר אין וויליאמסבורג. מען האט געזינגען לכבוד המאורע און דער רבי האט געטרינקען לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן דיין שליט"א שלא יצא מכשול מתחת ידיו און דערנאך אנגעוואונטשן פאר בני משפחתו און פאר די הנהלת וגבאי הביהמ"ד.
א באזונדערע מסיבת לחיים איז אגעראכטן געווארן בבית הגה"צ אבד"ק ור"מ סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א ביי וועלכן עס זענען געווען אנוועזנד די גבאי וראשי הביהמ"ד.
דער רב האט משמיע געווען א דרשה און ארומגערעדט בשבח פונעם נייעם דומ"ץ הביהמ"ד זאגנדיג אז דאס איז דער פאסיגסטער באשלוס זייענדיג באקאנט מיט זיין כח ההוראה און כח להשפיע פאר הונדערטער שואלים ומקשיבים, וועט עס זיכער אסאך אויפטוהן פאר'ן ביהמ"ד און צוגעבן צום הערליכן בילד, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב, דערנאך האט הרה"ג ר' אברהם וואלף שליט"א אויפגעטרעטן און ארומגערעדט בשבח פונעם ביהמ"ד און מסיים געווען מיט א תפילה להשי"ת שלא יצא מכשול מתחת ידיו.