0
דאנערשטאג פ' כי תבא • י"ח אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: מ. אדלער,JDN
דעם ליל שישי פ' כי תצא איז כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א ארויסגעפארן קיין אתרא קדישא מירון אויף א מעמד תפילת רבים אינאיינעם מיט הונדערטער תלמידים וחסידים, מתפלל צו זיין אויף א שנת גאולה וישועה צום נייעם יאהר און במיוחד איינצורייסן לרפואתו השלימה פונעם רבינס ברודער הגה"צ רבי יעקב בן מרים סופר אבד"ק ערלוי ביתר וועלכער געפונט זיך ליידער אין שפיטאל און איז אנגעוויזן אויף גרויס רחמי שמים.
נאכן מעמד התפילה איז מירון איז דער רבי שליט"א ארויסגעפארן קיין עיה"ק צפת וואו דער רבי האט זיך אויפגעהאלטן איבער שבת אויף אפרוה בבית משפ' פישער הנכבדה.