הויפט בלאט באריכט האד' מצאנז באזוכט ביים פוסק הדור הגר״מ שטערנבוך לברך ולהתברך בברכת השנים | בילדער גאלעריע

האד' מצאנז באזוכט ביים פוסק הדור הגר״מ שטערנבוך לברך ולהתברך בברכת השנים | בילדער גאלעריע

געשריבן דורך admin

דינסטאג פ' כי תבא • ט"ז אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש‎


כ"ק האדמו"ר מצאנז שליט"א איז היינט נאכמיטאג אנגעקומען אויף א באזוך במעון קדשו פונעם פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א אין די הר נוף געגענט אין ירושלים, לברך ולהתברך בברכת השנים.

.

דער רבי שליט"א האט זיך באדאנקט פאר די ספרים פונעם גאון וואס ער האט ערהאלטן די לעצטע תקופה, און עס איז ארומגעשמועסט געווארן איבער די ברענעדיגע גזירה פון גיוס בני הישיבות, און די שרעקליכע טעראר אטאקע נעכטן מאנטאג אין רמות ירושלים, וואו איינע פון די קרבנות איז א נעפיו פונעם פוסק הדור, דער גאון האט דאן דערציילט פון זיינע זכרונות בצל הקודש פון הרה"ק בעל שפע חיים מצאנז קלויזנבורג זי"ע און די השתפכות הנפש'דיגע תפילות אין די ימים הנוראים וואס ער האט געהאט די זכיה מיטצוהאלטן איינע פון די יאהרן.

נאכן באזוך איז די צאנזער רבי שליט"א אריינגעפארן אין שטאט וואו די רבי האט אויפגענימען די חסידים לקראת די ימי הרחמים והרצון בבית מדרשו אין קרית צאנז ירושלים.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00