הויפט בלאט באריכט הערליכע מעמד במעונו פון הגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א צום ערשיינונג פון ספר "דורשי יחודך" – יסודי היהדות ב'

הערליכע מעמד במעונו פון הגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א צום ערשיינונג פון ספר "דורשי יחודך" – יסודי היהדות ב'

געשריבן דורך admin

מאנטאג פ' כי תבא • ט"ו אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש‎


דורשי יחודך כבבת שמרם: אין די פארגאנגענע וואכן איז פארגעקומען בביתו נאווה קודש פונעם פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, א מעמד לחיים לרגל הוצאה לאור פונעם ספר החדש "דורשי יחודך" יסודי היהדות ח"ב, שיעורים און מאמרים וואס זענען געזאגט געווארן דורכן פאר הדור שליט"א אין די פארגאנגענע יארן, אין אלע ענינים וואס זענען נוגע די יסודי היהדות – ריינע לויטערע הייליגע דיבורים השווה לכל נפש, 'לחזות בנועם ה' ולבקר בהיכלו'.

צום באשטומטן צייט זענען זיך צוזאמגעקומען די עורכי ונדיבי וידידי מכון דורשי יחודך פון חו"ל און פון ארה"ק, בביתו נאוה קודש, די פאר הדור שליט"א איז ארויסגעקומען בצהלת פניו הקדושים, זינגענדיג דערביי ניגוני קודש, אינצווישן זיי א ניגון 'קארלין' וואס די רב שליט"א האט געהערט פאר גענוי 85 יאר צוריק, ווען הרה"ק רבי אברהם אלימלך מקארלין זצ"ל הי"ד איז געקומען אויף א באזוך אין ארה"ק, און די חסידים האבן אים באגלייט אין די גאסן פון ירושלים מיט דעם ניגון.

דערנאך האט אויפגעטרעטן די מנהל ומייסד המכון הרה"ג רבי אליעזר וואלדמאן שליט"א, און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע גריסן וואס מען הערט צוריק מכל קצווי תבל, ווי אידן דערקוויקן זיך מיט די ריינע הייליגע דיבורים, און דערביי אנגעוואונטשן דעם רב שליט"א אויף לאנגע געזונטע יארן בבריות גופא ונהורא מעליא, ובניך כשתילי זיתים סביב לשולחנך, און דערביי באדאנקט דעם חשובן נדיב שליט"א, וואס 'אם אין קמח אין תורה'.

דער רב שליט"א האט מעיין געווען אינעם נייעם ספר א לענגערע וויילע, און אויסגעדרוקט גרויס קורת רוח, און דערנאך געשאנקן א לעדערנע ספר פארן נדיב שליט"א, באגלייט מיט ברכות לרוב.

דערנאך האט דער רב שליט"א ארומגערעדט מיט גרויס התלהבות, אויף דיעגיוואלדיגע זכיה און התחייבות צו דריקן ספרים פון אמונה און פון אידישקייט, און דער אויבערשטער האט באשאפן א דרוק דייקא אין די לעצטערע יארן, 'זה לעומת זה עשה אלקים', צו קענען דרוקן ספרים אויף א גרינגערע אופן צו קענען ביישטיין אנטקעגן די נסיונות הדור, און מחזק געווען די עוסקים במלאכת הקודש שילכו מחיל אל חיל, און ארויסגעבן נאך אסאך ספרים 'להשקות צמאי חסדך'.

דערנאך האט די מנהל ומייסד המכון אנגעפרעגט געציילטע שאלות ביסודי היהדות, אויף וואס דער רב שליט"א האט געענטפערט בטוב טעם ודעת, מיט א טעם ודעת זקנים שדעתן מתיישבות.

דערנאך האט דער רב שליט"א אנגעהויבן א טאנץ ניגון, אויף וואס די ציבור הנאספים זענען ארויס אין א פייערליכע טאנץ, מיט א שבח והודאה על העבר, ובקשה על העתיד אז 'עוד ינובון בשיבה דשנים ורעננים יהיו' לאורך ימים ושנות טובות.

די רב שליט"א האט פארטיילט פאר אלע משתתפים דעם נייעם ספר בהארת פניו, און יעדעם באגריסט מיט א זעלטענעם ענוות חן.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00