הויפט בלאט באריכט פרייליכע מעמד קביעת מזוזות לרגל הרחבת גבולי הקדושה אין תלמוד תורה דחסידי באיאן אין בארא פארק

פרייליכע מעמד קביעת מזוזות לרגל הרחבת גבולי הקדושה אין תלמוד תורה דחסידי באיאן אין בארא פארק

געשריבן דורך admin

זונטאג פ' כי תבא • י"ד אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש‎


מיט גרויס פרייד און התרגשות איז דעם פארגאנגענעם וואך אפגעראכטן געווארן דער מעמד קביעת מזוזות אינעם בנין תלמוד תורה דחסידי באיאן אין בארא פארק, לרגל די הרחבת גבולי הקדושה פון די נייע פליגלען וואס איז צוגעבויעט געווארן צום עקזיסטירנדע בנין התלמוד תורה.

אין לויף פון די זומער סעזאן איז דער בנין התלמוד תורה אריבער א פולשטענדיגע איבערפרישונג, און ס'איז צוגעלייגט געווארן פרישע איינריכטונגען לכבוד התורה ולומדיה.

דער מעמד איז געוועהן אין שפיץ פונעם רב הקהילה הגה"צ רבי מרדכי שלמה ברייאר שליט"א רב דחסידי באיאן אין אמעריקא בן כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א, וועלכע האט זיך אומגעקוקט אין אלע רענאווירטע כיתות, די נייע אפיסעס פאר די הנהלה און מנהלים, די חדר מלמדים, און דער חדר אוכל, וואס זענען פראכטפול רענאווירט געווארן כראוי וכיאות פאר אזא חשובן מקום תורה וואו עס ווערן נתחנך הונדערטער תינוקות של בית רבן לשם ולתפארת.

דער רב שליט"א האט קובע געוועהן א מזוזה און מכבד געוועהן מיט די איבעריגע מזוזות די ראשי הקהילה, נגידי המוסדות, הנהלת התלמוד תורה און די צוות המלמדים, צווישן זיי כ"ק אדמו"ר מבלאזוב ריבאטיטש שליט"א וועלכע דינט אלס מרביץ תורה רבות בשנים בין כותלי התלמוד תורה.

דערנאך איז אפגעראכטן געווארן א מסיבת לחיים רבתי, ביי וועלכן מען האט געזינגען ניגוני שמחה והודאה לכבוד דעם פריידיגן דערגרייכונג. דער רב שליט"א האט משמיע געוועהן דברי תורה וברכה לכבוד המאורע, און עס זענען געהערט געווארן נאך דרשות דורך די הנהלה רוחני וגשמי.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00