הויפט בלאט באריכט איבערראשונג: האד' מבעלזא ערשיינט צו שבת תפילות און טישן געציילטע טעג נאך אפעראציע | בילדער

איבערראשונג: האד' מבעלזא ערשיינט צו שבת תפילות און טישן געציילטע טעג נאך אפעראציע | בילדער

געשריבן דורך admin

זונטאג פ' כי תבא • י"ד אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: אנשיל בעק א.מ.ש


חסידי בעלזא דרי ירושלים עיה"ק זענען דעם שבת געכאפט געווארן אין איבערראשונג ווען כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א איז ערשינען במלוא הדרו צו די תפילות און טישן ברוב עם הדרת מלך, בלויז געציילטע טעג נאכן אפעראציע וואס דער רב שליט"א איז דורך דעם אנהייב וואך ווען חסידי בעלזא בתוך כלל ישראל האבן נאכאנאנד מתפלל געוועהן לרפואתו השלימה.

ערב שבת קודש האט דער רב שליט"א אנגעטוהן דעם קאלפיק פארן אייניקל הבחור הבר מצוה משה יהושע רוקח זוהן פון הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א און דאן אריינגעקומען אין היכל צו מנחה לשמחת לבם פון די חסידים וואס האבן זיך נישט געראכטן אויף אזא איבערראשונג און האבן ספאנטאן אויסגעבראכן אין פייערדיגע טענץ להודות ולהלל. ליידער איז נאך געוועהן קענטיג אז דער רב שליט"א ליידט פון שרעקליכע יסורים אין א בחינה פון ספר תורה שרוי בצער, פון די אנדערע זייט האט זיך אבער אנגעמערקט אז דער רב שליט"א האט זיך צוריק געבענקט צו עדת צאן מרעיתו און האט זיך אנגעשטרענגט למעלה מכוחותיו אפצורעכטן דעם סידורו של שבת ווי געווענדליך.

די שמחה איז בלויז געשטיגן ווען עס איז שפעטער פרייטאג צונאכטס ארומגעגאנגען א שמועה אז דער רב שליט"א וועט אריינקומען צום טיש. דער גרויסער שטוב איז שוין געוועהן פיל געפאקט ווען דער רב שליט"א איז אריינגעקומען צו שלום עליכם בשעה 11:30. דער טיש האט זיך פארצויגן קרוב צו א שעה צייט, ביז קרוב לחצות הלילה.

שבת אינדערפרי איז דער רב שליט"א אריינגעקומען אינעם היכל צו חזרת הש"ץ און עולה געוועהן לתורה אויפן באלעמער. נאכן דאווענען האט דער רב שליט"א געדינט אלס סנדק ביי א ברית.

צו שלש סעודות איז דער רב שליט"א ווידער אריינגעקומען אין גרויסן שטוב און אפגעראכטן דעם סעודת רעוא דרעווין וואו דער רב שליט"א האט געזאגט תורה ווי א יעדער וואך. נאך הבדלה מוצאי שבת איז דער רב שליט"א געטאנצן מיט די חתן ווי איינגעפירט און מען האט ארויסבאגלייט דעם רבי'ן מיט ניגוני שמחה, בהודאה על העבר ובקשה על העתיד לחיי מלכא.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00