הויפט בלאט באריכט "שבת ראשונה" בצל האחים האדמורי"ם מקרעטשניף סיגעט בתוך ימי השבעה פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל

"שבת ראשונה" בצל האחים האדמורי"ם מקרעטשניף סיגעט בתוך ימי השבעה פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל

געשריבן דורך admin

מאנטאג פ' כי תצא • ח' אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: JDN


א געהויבענע אומפארגעסליכע שבת קודש איז אריבער אויף חסידי ואוהדי קרעטשניף סיגעט אין ירושלים עיה"ק, שבת קודש פרשת שופטים לסדר 'והיה כשבתו על כסא ממלכתו' דער ערשטער שבת בזמן שזרח השמש שטייענדיג נאך אינמיטן די ימי השבעה פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל, בראשות האחים האדמורי"ם שליט"א ממשיכי דרכם פונעם רבי'ן ז"ל, ווי דער גאנצער שבת קודש איז אריבער מיט א געוואלדיגע דערהויבענקייט בשבת אחים גם יחד, מיט די השתתפות פון טויזענטער אידן וועלכע האבן זיך דורכגעדרייט ביי די תפלות און די טישן במשך דעם גאנצן שבת.

אויף שבת איז ספעציעל ארויסגעדינגען געווארן דער ריזיגער "היכל השולחנות" בחצר הקודש פינסק קארלין אין ירושלים עיה"ק, כדי צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור חסידים ואנשי מעשה, און געסט פון אלע שטעט, וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן די געהויבענע שבת קודש בצל האדמורי"ם שליט"א ממשיכי השושלת לבית קרעטשניף סיגעט.

די גבאים ומשמשים בקודש ביים רבי'ן זצ"ל, זענען ווייטער געשטאנען במשך דעם גאנצן שבת קודש על מקומם הראוי אונטער די אדמורי"ם ורבנים שליט"א ווי די גבאים האבן מכבד געווען אלע ברודער צוגלייך מיט א געוואלדיגע כבוד און אחדות.

מנחה וקבלת שבת האבן די אחים האדמורי"ם שליט"א געדאווענט בבית מדרשו של רבי אויף רחוב רפפורט, באותו מקום קדוש ווי דער רבי זצ"ל האט אפגעראכטן זיין עבודת הקודש די לעצטע צען יאר כולם שוין לטובה, באותו מקום קדוש ווי דער רבי זצ"ל האט מיט בלויז א וואך צוריק בכניסת השבת קודש אויסגעשריגן מיט א קאך און פייער דעם 'הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו', קורצליך איידערן אוועקפאלן ל"ע למשכבו האחרון.

ביים ארון הקדוש איז געווען צוגעגרייט 5 שטענדערס מיט בענקעלעך פאר די אדמורי"ם שליט"א, צו תפלת מנחה איז צוגענגאנגען הרה"צ רבי ניסן חיים מרדכי ראזנבוים שליט"א, צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען דער ברודער כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט וויליאמסבורג שליט"א, ווען א גאנצן דאווענען האט זיך געהערט און געשפירט דער קרעטשניפער קאך מיט די מתיקות'דיגער נוסח דערמאנענדיג בהלו נרו על ראשינו פונעם רבי'ן זצ"ל. נאכן דאווענען איז מען דורך זאגן א גוט שבת ווען דערביי האבן די אדמור"ים שליט"א געבענטשט די קינדערליך פרחי החסידים אויפן קאפ כמנהג אביהם כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל.

צום באשטימטער צייט 12:00 ביינאכט זענען די אדמורי"ם ורבנים שליט"א אריינגעקומען אינעם ריזן היכל השולחנות פינסק קארלין צום עריכת שולחן הטהור אנגעהויבן פון 'כל מקדש', דער גאנצער היכל איז אויסגענוצט געווארן צו איר מאקסימום, ענדלאזע רייעס פון טישן, און לאנגע הויכשטאקיגע פארענטשעס, וועלכע איז געווען איבערגעפאקט מקצה אל הקצה מיט טויזענטער חסידים ואנשי מעשה, קוים וואס מען האט זיך געקענט אריינשטיפן אינעם היכל.

כל מקדש האט אנגעהויבן דער גדול האחים כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א, און במשך דעם טיש זענען נתכבד געווארן מיט די זמירות און טיילן שיריים אלע ברודערס האדמורי"ם שליט"א. דער קלימאקס פונעם טיש איז געווען ווען דער גאנצער ציבור אינאיינעם מיט די אדמורי"ם שליט"א האבן זיך אויפגעשטעלט טאנצן דער קרעטשניפער 'ואני בעודי', וועלכע איז געווען א געוואלדיגע עבודה ביי די אדמור"ים לבית קרעטשניף, און די אדמורי"ם שליט"א האבן מעודד געווען דעם ציבור צו זיך הייבן מיט טענץ בקדושת השבת, וינועו אמות הסיפים מיט א געוואלדיגע התרוממות. כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט וויליאמסבורג שליט"א האט דאן פארגעזינגען אז ביום השביעי נחת. מיט די אנדערע זמירות זענען מכובד געווארן די ברודער הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א.

מיטן בענטשן איז מכובד געווארן חתנא דבי נשיאה הגה"צ רבי דוד צבי קאהן אבד"ק תולדות אברהם יצחק בית שמש. די זייגער האט געקלאפט נאך דריי פארטאגס ווען דער טיש איז גענדיגט געווארן, און דער ריזן ציבור איז אריבער זאגן א גוט שבת.

בצפרא דשבתא בשעה 10:00 זענען די ברודער האדמורי"ם שליט"א ארייננגעקומען צו תפלת שחרית, הרה"צ רבי יואל זוסמאן שליט"א האט פארגעדאווענט פסוקי דזמרה און דער גדול האחים כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א האט געדאווענט שחרית און פארגעזאגט נשמת מיטן קרענטשניפער קאך און פייער וועלכע האט דערמאנט דעם עבודת הקודש פונעם רבי'ן זצ"ל  ביים פארזאגן 'נשמת'.

היות מען שטייט אינמיטן די ימי האבילות האבן די ברודער האדמורי"ם שליט"א נישט עולה געווען לתורה, נאר מען האט אויסגערופן לתורה אלע נאנטע מקורבים און משמשים בקודש ביים רבי'ן זצ"ל. א גרויס התרגשות האט געהערשט אינעם גאנצן ארום בשעת קריאת התורה ווען דער קביעות'דיגע בעל קורא הרה"ח ר' מאניש בערגער הי"ו האט פארגעליינט די פסוקים פון "שום תשים עליך מלך" און ווייטער "למען יאריך ימים על ממלכתו הוא ובניו בקרב ישראל" ווען א סקרוך איז דורכגעלאפן אין די ביינער פון אלע מתפללים.

נאך תפלת מוסף איז פארגעקומען דער "קידושא רבא" כמנהג בית קרעטשניף, מיט אלע מאכלים וואס איז איינגעפירט. נאך א קורצע הפסקה זענען די אחים האדמורי"ם שליט"א אריינגעקומען צום 'מיטאג טיש', בשעת דעם טיש האט אויפגעטרעטן כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט וויליאמסבורג שליט"א, וועלכע האט שטארק ארויסגעברענגט די ווייטערדיגע אחדות וואס מען דארף אנהאלטן מיט די ממשיכי השלשלת בשבת אחים גם יחד, באזונדער האט ער ארויסגעברענגט בשבחו פונעם גדול האחים כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א, זאגענדיג אז היינט ביי שחרית ביים פארזאגן 'נשמת' האט זיך געשפירט אין ביהמ"ד דעם טאטנ'ס קאך מיטן גאנצן פייער, וועלכע האט אויפגעברענגט גרויס געגוגים און בענקעניש.

אין א פריע שעה ארום 6:45 זענען די אחים האדמורי"ם שליט"א אריינגעקומען צו תפלת מנחה אינעם היכל השולחנות פינסק קארלין, צוליב דעם וואס מען האט געדארפט ענדיגן איידערן זמן רבינו תם. דערנאך האט מען זיך געוואשן צום סעודת רעוא דרעוין, וואו עס האט זיך ווידער אנגעזעהן א ציבור עצום חסידים ואנשי מעשה וועלכע האבן איבערגעפילט דעם היכל הגדול. מען האט געזינגען די זמירות כנוסח בית קרעטשניף, ה' מלך האט פארגעזאגט דער גדול האחים כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א, מען האט נישט געזאגט קיין תורה צוליב דעם וואס מען שטייט בימי האבילות, און מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן חדב"ן הגה"צ רבי אהרן הכהן קאהן שליט"א אבד"ק תולדות אהרן מאנסי.

תיכף מוצאי שבת האבן זיך די ברודער האדמורי"ם צוריק געזעצט שבעה און מקבל געוועהן תנחומים פונעם ציבור.

דער געהויבענער שבת קודש וועט זיכער בלייבן איינגעקריצט אין זכרון ביי אלע טויזענטער באטייליגטע, מיט א תפלה צום אייבערשטן אז די גאלדענע קייט זאל זיך ווייטער ציען לתפארת בית אבותם, יאריך ימים על ממלכתם מתוך בריות גופא ונהורא מעליא, און די אדמורי"ם ממשיכי שלשלת הקודש זאלן ווייטער קענען פירן די עדה הקדושה אויפן זעלבן דרך המקובל על מי מנוחות עד ביאת הגואל במהרה.

Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00