דאנערשטאג פ' ראה • ד' אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש
שטייענדיג אין די טעג לקראת ראש השנה הבעל"ט, ווען טויזענטער ברסלבער חסידים גלאבאל גרייטן זיך ארויסצופארן קיין אומאן, איז נעכטן מיטוואך אפגעהאלטן געווארן א אסיפה דחופה דורך אלע רבני ומשפיעי חסידי ברסלב פון איבער גאנץ ארה"ק, אין שפיץ פונעם פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א מנהיג חסידי ברסלב אויסצושמועסן כדת מה לעשות איבער די יעצטיגע אנגעצויגענע תקופה אנבאלאנגט די ביטערע גזירת הגיוס בארצינו הקדושה, ווען פילע בחורים אין אינגעלייט זענען אין א סכנה פון ווערן ארעסטירט אויב זיי ווילן פארלאזן דאס לאנד, צוליב דעם וואס זיי שטעלן זיך נישט צום לשכת הגיוס.
ביים היסטארישע אסיפה דחופה זענען אויך אנוועזנד געווען אלע עסקנים וועלכע זענען עוסק אקעגן די ביטערע גזירת הגיוס, און זיי האבן אויסגעשמועסט די ביטערע קאנצוקווענסן וואס עס קען גורם זיין אנקומענדיג אין לופטפעלד, אז מען קען ווערן ארעסטירט, אדער גאר אריינפאלן אינעם טמא'נעם מיליטער.
כאטש וואס צווישן ערליכע אידן איז פארהאן גאר א שטארקע שטעלונג, זיך נישט צו לאזן פון גארנישט און נישט נאכגעבן קיין כי הוא זה פון זייערע פארלאנגען, אבער פון די אנדערע זייט איז דאך ביי חסידי ברסלב פון די שטערקסטע זאכן אנצוקומען קיין אומאן אויף ראש השנה, וואס די פריערדיגע ברסלבער חסידים האבן זיך ממש מוסר נפש געווען דערויף, דעריבער האט מען זיך יעצט צוזאם געזעצט דן צו זיין וואס מען זאל טוהן אין אזא שטורעמישע תקופה.
ביים אסיפה האבן זיך משתתף געווען קרוב צו הונדערט גדולי המשפיעים וראשי החבורות פון חסידי ברסלב פון אלע שיכטן און קרייזן, אשכנ'זישע ספרד'ישע און אפילו ליטווישע, וועלכע זענען נאנט צו תורת הרה"ק רבי נחמן מברסלב זי"ע, און שפיץ פון די דריי זקני מנהיגי ברסלב, דער פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, הגה"צ רבי משה קרעמער שליט"א, און הגה"צ רבי נתן ליבערמענש שליט"א.
ביים אסיפה איז אויסגעשמועסט געווארן, אז דער גזירת הגיוס איז א גזירת שמד כפשוטו ממש, און עס איז נישט יעלה על הדעת ביי קיין איינעם צו האבן אפילו די מינדערסטע ספק אריינצוגיין אהין, אזוי ווי עס האבן שוין גע'פסק'נט פה אחד אלע גדולי ומאורי ישראל, און עס איז נישט דא קיין שום היתר בעולם נאכצוגעבן סיי וואס פאר א פארלאנגען פון די הציונים אין די יעצטיגע שעת השמד.
דעריבער זענען די רבנים ארויס מיט א הוראה ברורה אז הגם ביי חסידי ברסלב איז פארהאן א חיוב און א הכרח צו זיין ביים קיבוץ ראש השנה אין אומאן, אזוי ווי רבי נחמן שרייבט אין זיינע ספרים "אין דבר גדול מזה", אבער לעת כזאת שטייענדיג אין די יעצטיגע תקופה איז ברור ופשוט אז אויב גרעניצט זיך עס מיט איסורי תורה איסורים חמורים פון קענען חלילה אריינפאלן אין מיליטער ביים ארויספארן פון לאנד, איז זיכער אז עס איז אסור על פי תורה פאר א יעדע בחור אדער אינגערמאן וועלכע האט א 'צו עיכוב' צוליב דעם וואס ער האט זיך נישט געשטעלט צום לשכת הגיוס, צו פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, נאר מען זאל פארבלייבן אינדערהיים און נישט פרובירן ארויסצופארן פון לאנד אויף קיין שום פאל, און דאס איז יעצט דער רצון ה', און די רצון פונעם הייליגן צדיק הרה"ק רבי נחמן מברסלב זי"ע, און עס ליגט א חוב אויף אלע מחנכים זיכער צו מאכן אז מען פאלט נישט אריין דערין.