הויפט בלאט באריכט הכנה דרבה צום פתיחת שערים פון ביהמ"ד החדש דק"ק ראחמיסטריווקא אין שכונת אוקענוויין אין לעיקוואד

הכנה דרבה צום פתיחת שערים פון ביהמ"ד החדש דק"ק ראחמיסטריווקא אין שכונת אוקענוויין אין לעיקוואד

געשריבן דורך admin

מיטוואך פ' ראה • ג' אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש


מיט אן הכנה דרבה גרייטן זיך חסידי ראחמיסטריווקא בשכונת אוקענוויין, אין לעיקוואד, צום פתיחת השערים פונעם נייעם בנין פונעם ראחמיסטריווקער ביהמ״ד, וועלכע איז באשטימט אויף קומענדיגן שב״ק פרשת כי תצא הבעל״ט, ביים שבת של שמחה בבית כ״ק אדמו״ר מראחמיסטריווקא אוקענוויין שליט״א.

דער ראחמיסטריווקער ביהמ״ד אין די געגענט פון אוקענוויין איז אויסגעשטיגן אלס א תל תלפיות פאר אידן פון איבער די גאנצע געגענט, וועלכע זענען נהנה מאורו פונעם ראחמיסטריווקער רבי׳ן שליט״א, בנו הצעיר פון כ״ק אדמו״ר הרה״ק מראחמיסטריווקא זצוק״ל, און איידעם פון יבלחט״א כ״ק אדמו״ר מקאלוב שליט״א לרפו״ש.

דער ביהמ״ד לעבט פון אידן וואס קומען מיטהאלטן די ווארעמע תפלות און ליכטיגע טישן וואס דער רבי שליט״א פראוועט, זייענדיג משפיע מאוצרו הרם דברי תורה ושיחות קודש מיט א חיות של שמחה, וואס איז שטארק משפיע אויפ׳ן גאנצן ציבור.

אין די לעצטע יארן איז אנגעגאנגען דער עבודת הבני׳ אויפצובויען דעם נייעם גרויסן ביהמ״ד, צו קענען אקאמאדירן דעם גאנצן ציבור, און אצינד גרייט מען זיך שוין בעזהשי״ת צו באיינייען דעם ביהמ״ד אויף וואס דער ציבור קוקט אזוי שטארק ארויס, צו קענען מיטהאלטן די תפלות און טישן מיט הרחבת הדעת ומנוחת הנפש.

דער שבת פתיחת שערים איז באשטימט אויף שבת פרשת כי תצא, ביים שבת שבע ברכות פון הכלה תחי׳, טאכטער פון רבי׳ן שליט״א עב״ג החתן אור אייניקל פון כ״ק אדמו״ר מסקווירא שליט״א.

לרגל דעם געהויבענעם שבת איז ערווארטעט א גרויסער ציבור אורחים, ובראשם די ברודער כ״ק האדמורי״ם מראחמיסטריווקא שליט״א, וואס וועלן צוזאמען פראווענען דעם געהויבענעם שבת בבית מדרשו של אחיהם כ״ק אדמו״ר מראחמיסטריווקא אוקעוויין שליט״א.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00