דינסטאג פ' ראה • ב' אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש
בהתעוררות רב און מיט רגשי קודש האבן טויזנטער חסידי סאטמאר אפגעראכטן די הילולא קדישא פונעם רבן ומאורן של ישראל, צדיק יסוד עולם הרה"ק מסאטמאר זי"ע, בצל הקודש פון ממשיך דרכו בקודש כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, מיטהאלטנדיג דעם יומא אריכתא פון התרוממות הנפש, באתרא דמר מקום מנוחת קדשו פונעם בעל ההילולא אין שטאט קרית יואל.
מיטוואך אינדערפרי האט דער רבי שליט"א געדאוונט שחרית אינעם ביהמ"ד הגדול אין מחנה דברי יואל אין סוואן לעיק, וואו דער רבי שליט"א האט יורד געוועהן לפני התיבה.
נאכמיטאג איז דער רבי אנגעקומען בשערי העיר קרית יואל, צום שטוב פון בנו הגדול הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א, ווי עס איז געווען ספעציעלע זמני כניסה פאר נגידי ותומכי הקהילה להיזכר לטובה בהאי יומא רבה.
ארום 5:00 נאכמיטאג איז דער רבי אנגעקומען צום ציון הק' אין באגלייטונג פון שווערע הונדערטער חסידים און די תלמידי הישיבות הקדושות. דער רבי האט אנגעהויבן מיטן תפילה פונעם הייליגן ישמח משה און דערנאך די מזמורי תהלים מיט גרויס התעוררות, דער שליח ציבור איז געוועהן הרה"ח ר' חיים אהרן פלאהר הי"ו משמש בקודש. נאך די יהי רצון פון תהלים האט דער רבי שליט"א געזאגט קדיש און פארגעלערנט משניות. דערנאך האט דער רבי א לענגערע וויילע געליינט קוויטלעך, און זיך משטתח געוועהן אויפן ציון הק' אויסצובעטן ישועות ורפואות למען הכלל והפרט.
נאכן מעמד עלי' לציון איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פונעם ראש הקהל הרבני הנגיד ר' מענדל שווימער הי"ו וואו דער רבי האט אפגעראכטן א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס זכרונות און עבודות פונעם בעל ההילולא וואו דער רבי האט ארומגעשמועסט מיטן ברודער הגה"צ אבד"ק זענטא שליט"א און בנו הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א. די רבי שליט"א האט דארט געדאווענט מנחה און יורד געוועהן לפני התיבה לכבוד די יארצייט.
די שולחן הטהור און צענטראלער סעודת הילולא וסיום הש"ס איז געפראוועט געווארן אינעם ריזן היכל אלטר יחזקאל בבנין ביהמ"ד הגדול בנין אליהו מיט די באטייליגונג פון טויזנטער תלמידים וחסידים פון איבער גרעיטאר ניו יארק ועל צבאם רבנים ואדמורי"ם וגדולי תלמידי מרן הרה"ק מסאטמאר זי"ע.
דער טאג כ"ו אב איז יעדעס יאר זינט די הסתלקות א טאג פון התעוררות און התאחדות און אויך היי יאר האט זיך איבערגעחזרט דאס בילד מיט איר אויסגעווענליכע התלהבות און פלאם ברשפי אש שלהבת קה פון די פילע טויזנטער אידן, כולם כאחד באו נקבצו טיילצונעמען אין דער סעודת הילולא רבתי מיטן ציל זיך אנצוהאלטן אין דער דרך המסורה.
דער ציבור האט זיך דערקוויקט פון די ברייטהארציגע סעודת הילולא רחבת ידיים וואס איז צוגעשטעלט געווארן מיט גרויס הרחבה, צום באשטימטער צייט איז די רבי שליט"א ערשינען אינעם היכל הבית מדרש וועלכע איז שוין געווען איבערגעפילט מלא על כל גדותיו, דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה, און ביי די לחיים נאך די פיש האט דער רבי געמאכט דעם סיום הש"ס וששה סדרי משנה וואס איז געלערנט געווארן דורך די גאנצע עדה הקדושה און געזאגט די הדרן און קדיש.
דער משב״ק הרה״ח ר׳ חיים אהרן פלאהר הי"ו האט אויסגערופן אז הרבני הנגיד ר' ליפא פריעדמאן הי"ו האט אפגעקויפט די זכות הדלקת הנרות און איז מכבד אביו הרבני הנכבד מו"ה ר' משה פריעדמאן שליט"א משב"ק אדמור"י בית סאטמאר.
דאן האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה דער דינאמישער סגן ראש הקהל הרה"ח ר' ישראל חיים קרויס הי"ו וועלכע האט געמאלדן דראמאטישע הכרזות בנוגע הרחבת גבולי הקדשה בקרב הקהילה.
ער האט דערמאנט די אומגלויבליכע שנעלע אויפבוי פאראיאר פון דעם ביהמ"ד הגדול, וואס האט אויפגעראכטן די קהלה אויפ'ן שענסטן פארנעם מיט אלע הינזיכטן, אבער יעצט ווען מ'גרייט זיך צו פארענדיגן די בוי ארבעט אין דעם גאנצן בנין, און מ'מוז שאפן סכומים אדירים צו דעקן די ריזיגע קאסטן, ווערט געמאלדן איבער די היסטארישע ערשטמאליגע "נסיעה רוממה ומיוחדת" בראשות פונעם רבי'ן שליט"א צו די מקומות הקדושים, צוזאמען מיט א געהויבענעם "שבת קודש" על אדמת אייראפע, וואס וועט אהערגעשטעלט ווערן אויף א געצוימטען פארנעם בלויז פאר די וואס וועלן האבן די זכי' צו זיין א טייל אין דעם פראיעקט.
ער האט אפעלירט צו צו אלע חסידים תושבי קרית יואל און ונדיבי בית סאטמאר די בכל אתר ואתר, נישט צו פארפאסן אזא געלעגנהייט מיטצולעבן די געהויבענע און הייליגע רגעים בצל הקודש, און מ'זאל אקעגן קומען מיט'ן באשטימן סכום צו קענען אנטייל נעמען ביי די געהויבענע נסיעה.
א באזונדערע בשורה טובה האט דער סגן ראה"ק געמאלדן אז בעז"ה וועט מען נאכאמאל האבן די זכי' אז דער רבי שליט"א וועט אויך היי יאר יום הקדוש שנת תשפ"ו הבעל"ט אפרעכטן בקרב קהלא קדישא הדין אין קרית יואל, און מטעם הקהלה וועט ווערן בעז"ה צוגעשטעלט אש"ל מלא פאר אלע געסט וואס ווילן מיטהאלטן דעם הייליגן טאג בצל הקודש.
דער הויכפונקט פון דעם הייליגן מעמד איז געווען ווען דער ציבור האלפים האט געשלינגען מיט דורשט די דברות קודש בהדר וברמה דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, באגלייט מיט דברי חיזוק ומוסר, וחובת השעה בדברים העומדים על הפרק, די רבי האט משלב געווען סוף הש"ס לתחילתו און די וואכעדיגע סדרה במשנתו הטהור פונעם בעל הילולא, און ארומגערעדט איבער די געוואלדיגע גדלות און די פעולות לרוב וואס ער האט אויפגעטוהן כל ימי חיותו בכלל ובפרט אין אלע עמודי עולם בתורה, עבודה וגמילות חסדים.
דערביי האט דער רבי מרעיש עולמות געווען קעגן די ביטערע גזירות הגיוס וואס פלאקערט אין ארץ ישראל, און בכלל די רדיפות הדת אין ארץ ישראל. באזונדער האט דער רבי ארויסגעברענגט די שטארקע חיוב צו שטיצן בגוף ובממון די בעלי מסירת נפש וואס ארגאניזירן די אלע מחאות, מ'זעט ב"ה ווי פון אלע קרייזן קומט מען טעגליך מוחה זיין, אבער די עול הכסף פון די אלע מחאות ליגן אויף די פלייצעס פון אפאר היימישע עסקנים וואס פארחוב'ן זיך ממש דערפאר, און אן דעם וואלטן די אלע מחאות נישט צושטאנד געקומען. אויך האט דער רבי שליט"א מעורר געווען די עלטערן אז מ'זאל מחזק זיין די קינדער זיך ארויסצוציען פון די שטאטישע יקרות און נסיונות ברוחניות ובגשמיות, דער חיוב פון שטיצן מוסדות הקדושים על טהרת הקודש, נישט אריינברענגען אין די שטובער די אלע ליין מאטריאל און זיין אפגעהיטן פון די כלים הטמאים, נישט משנה זיין דעם אמאליגן לבוש, און נאך כמה וכמה ענינים הצריכים חיזוק.
נאך די דברות קודש האט דער רבי שליט"א מכבד געוועהן גיסו כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א מיט ברכת המזון על הכוס און פארטיילט כוס של ברכה פאר אלע עסקני הקהלה.