מאנטאג פ' ראה • א' אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: JDN
אין א פרייליכע אנטוויקלונג בחצר הקודש מכנובקא בעלזא איז בעצם יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק מבעלזא זי"ע געפראוועט געווארן די חנוכת היכלי התפילה ווען מען האט אין א גוטע שעה פארענדיגט דעם גאנצן אונטערשטן שטאק ביים אריינגאנג פונעם ביהמ"ד בשלימות הפאר ובתכלית היופי און במיוחד די פינעף גרויסע חדרי תפילה וואס וועלן דינען אלס פרעכטיגע בתים שמגדלים בהם תפילה בהרחבת הדעת.
נאכמיטאג ערב יומא דהילולא קדישא בעפאר מנחה איז כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול און באטראכט די אלע איינריכטונגען וואס איז אהערגעשטעלט געווארן ביי די שטיבלעך פארן באקוועמליכקייט פון די הונדערטער מתפללים וועלכע דרייען זיך דורך דעם ביהמ"ד רונדע דעם זייגער, דערנאך האט די רבי שליט"א קובע געווען א מזוזה ביי איינער פון די נייע שטיבלאך, און ביים נייעם קאך פון מפעל 'שהשמחה במעונו' וואו מען גרייט אן די מאכלים פאר די שמחות וואס ווערן אפגעראכטן אין בנין ביהמ"ד הגדול.
דערנאך האט מען געדאוונט מנחה ברוב עם אין די צענטראלער וואכעדיגער ביהמ"ד, און נאך מנחה האט די רבי שליט"א אפגעראכטן א שולחן לחיים לרגל די פתיחת שערים פון די נייע חדרי התפילה, די רבי האט פארטיילט לעקיך און געוואונטשן לחיים פאר די חשובע נדיבי עם און פאר די חברי וועד קרן הבנין "היכלי הקודש" להשלמת בנין ביהמ"ד הגדול, און זיך אויפגעשטעלט אויף א ריקוד של שמחה.
נאכן שולחן לחיים איז אפגעהאלטן געווארן א ספעציעלע סדר לימוד כהכנה דרבה צום יומא דהילולא קדישא, מחנך צו זיין דעם נייעם שטאק פון די שטיבלעך בתורה ובתפילה, אין אזא מקום קדוש פון ווי עס וועלן אין די קומענדיגע יאהרן ארויפגיין אזויפיל טויזנטער תפילות לשמי מרום און זיכער עושה רושם זיין, וואו דער רבי שליט"א האט מיטגעהאלטן די סדר לימוד און עוסק געווען בתורה צווישן ציבור. נאכן סדר הלימוד האט דער רבי שליט"א יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מעריב אריינטרעטנדיג אין די יומא דהילולא רבא.