דאנערשטאג פ' ראה • כ"ז אב תשפ"ה | בחצרות הקודש
הגאון רבי ירוחם אלשין מראשי ישיבות לעיקוואוד ביים שמחת הבר מצוה היינטיגן ליל שישי בבית הרבני הנגיד ר' ליפא פריעדמאן הי"ו זוהן פונעם לעגענדארע משב"ק בחצה"ק סאטמאר הרב משה פריעדמאן הי"ו, פארגעקומען אין די נייע פראכטפולע חתונה זאל "עטרת מלכה" אין קרית יואל.
האדמו"ר מפאשקאן אין א דביקות'דיגע מאמענט ביים פארזיגענען דעם הייליגן רוזשינער תנועה באזוכנדיג אינעם היסטארישן קלויז אין בוהוש ראמעניע, במקום שהתפללו אבותיו הק' צדיקי בית בוהוש לדורותיהם.
ענוותן כהלל: האדמו"ר מדושינסקיא ביי תפילת מעריב מוצאי שבת אינעם מקום הנופש אין פאלם ביעטש פלארידא.
שיין בילד פון האדמו"ר מסערדאהעלי ביים פארלאזן מחנה ישיבת סערדאהעלי וואו דער רבי האט זיך אויפגעהאלטן דורכאויס די זומער וואכן.
האדמו"ר מצאנז קלויזנבורג ביים אנוואונטשן דער מזכה הרבים הרה"ח ר' אברהם שמעון שווארטץ הי"ו וועלכע איז עוסק אין די עבודת הקודש מפיץ צו זיין תורתו פון הרה"ק מצאנז קלויזנבורג זי"ע בכל קצוות תבל, נאך א ברית פון אן אייניקל.
יכנס בן אצל אב: האדמו"ר מקראלי ביים ליינען קוויטלעך אויפן ציון הק' פון אביו הרה"ק מספינקא זי"ע ביומא דהילולא.
האדמו"ר מתולדות אהרן אין א שמועס מיט הגה"צ אבד"ק לימינוב שליט"א ביים סעודת הילולא לכבוד די יארצייט פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע אין קערעסטיר אונגארן.
האדמו"ר מטאהש ביים זיך וואשן צום סעודת ההילולא פון אביו הרה"ק מטאהש זי"ע, מיטן אייגנארטיגן עבודה ביי נטילת ידים מיט אלע חומרות וואס דער רבי האט מקבל געוועהן פון אביו הגדול דער בעל ההילולא.
באגריסונג ארויסגעשטעלט דורך די ערשטע תושבים פונעם נייעם קרית סקווירא אין בעטעל, מקבל פנים צו זיין דעם מייסד הקרי' האדמו"ר מסקווירא וועלכער איז ערווארטעט צו פראווענען דעם היסטארישן "שבת ראשונה" אין שטעטל דעם שב"ק פ' ראה.
האדמו"ר ממבקשי אמונה ביים בענטשן הרבני הנגיד ר' בנציון פרישוואסער הי"ו פון לאנדאן בברכת כהנים, וויילנדיג אין דאבוס שווייץ אויף אפרוה.
האדמו"ר מסאטמאר ערשיינט צום שמחת הבר מצוה לבן הרבני הנגיד ר' ליפא פריעדמאן הי"ו זוהן פון הרבני הנכבד ר' משה פריעדמאן הי"ו משב"ק אדמור"י בית סאטמאר.
אן איינלאדונג צו א שמחת וואך נאכט און ברית מילה פאר א נייע געבוירן קינד ביי איינע פון די ערשטע איינוואוינער אין די נייע שטעטל וואס ווערט היינט באנייט. די ברית וועט פארקומען בצלו פון האדמו"ר מסקווירא וואס וועט וויילן דארט דעם ערשטן שבת לכבוד די באנייאונג פונעם שטעטל.
המשפיע הרה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב אין א שמועס מיט הרה"צ ר' יוחנן שוחט רב דחסידי קארלין סטאלין אין ביתר בן האדמו"ר מקארלין סטאלין ביים שמחת השבע ברכות בבית העסקן הנמרץ ר' משה שפירא הי"ו מחשובי חסידי קארלין סטאלין.
הרב וועלוול האגער נכדו חביבו פון האדמו"ר מוויזניץ מאנסי באזוכט אינעם געצעלט פון שלוחי דרבנן הרב מאיר פרוש הי"ו פארנט פונעם געריכט מיניסטעריום אין ירושלים וואו ר' מאיר האלט שוין אן זיין הונגער סטרייק קרוב צו א וואך צייט אלס פראטעסט קעגן דעם גזירת הגיוס, הרב וועלוול האט איבערגעגעבן א סעט ספרים מדברי תורתו פון הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זצוק"ל מיט א פערזענליכע הקדשה פונעם זיידן האדמו"ר מוויזניץ מאנסי.
הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א איז קובע די מזוזה ביים הויפט שער פונעם נייעם בנין בית חינוך לבנות סאטמאר אין ירושלים, פארגעקומען דעם דינסטאג אווענט בליל ההילולא פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע.
טעימה קלה פונעם מלכות'דיגן קבלת פנים לכבודם פון הרה"ח הישיש ר' יחזקאל שטיין שליט"א משב"ק הרה"ק מסאטמאר זי"ע, אינאיינעם מיט נכדו הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו דורך טויזנטער תלמידי מוסדות על טהרת הקודש אין ירושלים.
האדמור"ים מפינסק קארלין און ביאלא בית שמש אין א באגעגעניש ביי א געז סטאנציע אונטערוועגנס על אם הדרך.
לא אמר אדם לחברו צר לי המקום: די בוי ארבעט אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר אין וויליאמסבורג אין פולן שוואונג צו פארברייטערן בית מדרשו של רבי.
שלוחי דרבנן ר' מרדכי בבציק נאמן בית האדמו"ר מגור אין א באגעגעניש די וואך מיט הרב יענקי קנייבסקי נכדו חביבו ונאמן ביתו פונעם שר התורה הגאון רבי חיים קנייבסקי זצ"ל.
דער סאטמארער פילאנטראפ הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו ביים רייסן קריעה כדת וכדין אויפן דאך פונעם נייע סאטמארע מיידל שולע אין ירושלים וואס איז לאקירט קעגן איבער דעם מקום המקדש.
המקובל הגה"צ רבי גמליאל ראבינאוויטש שליט"א ביים אנפירן די מעמד החומש סעודה אין תלמוד תורה טוב ירושלים אין בית שמש וואס שטייט בנשיאותו.
הרה"צ ר' ישראל האגער שליט"א בן האדמו"ר מוויזניץ בארא פארק מערקט "קרישקעס" אויף א תפילה ביים כותל המערבי זייענדיג מעתיר בדבר ישועה ורחמים לקראת די הייליגע טעג.
חסידים ואנשי מעשה קלאמערן זיך אויף די פענסטערס פונעם אהל הק' אין קרית יואל, בעת דער מעמד עלי' לציון בראשות האדמו"ר מסאטמאר (מהרי"י) ביים ציון המצוינת פונעם פעטער הרה"ק מסאטמאר זי"ע ביומא דהילולא.
האדמו"ר מסטריקוב איז מנחם אבל ביי די קינדער פונעם ראש הישיבה הגאון רבי ברוך שמואל הכהן דויטש זצ"ל אין בני ברק.
פרנס היום כ"ו אב אינערהאלב די וויזניצער ש"ס-חבורה "מאמר מרדכי" נתנדב דורך העסקן הגדול ר' אייזיק דאסקאל הי"ו לעילוי נשמתו הטהורה פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע.
הרה"ח ר' הערשל ראטטער הי"ו מראשי ההכנסת אורחים אין קערעסטיר איז מכבד האדמו"ר מבוהוש אנצוצינדן דעם נר תמיד אין רבי ישעי'לעס הויז.
חסידים ואנשי מעשה אין שטעטל דאבוס שווייץ ביים סעודת הילולא פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע ליל כ"ו אב.
הנגידים ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו און ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי"ו פון וויליאמסבורג אויף א באזוך די וואך אין שטוב פון המשפיע הרה"צ ר' יודל דייטש שליט"א אין ירושלים עיה"ק.
האדמו"ר מתולדות צבי דספינקא איז מתפלל על קברו פון הרה"ח ר' שרגא פייוויל ווייס ז"ל וואס איז געוועהן א משמש ביי הרה"ק רבי איציקל מפשעווארסק זי"ע, און האט נישט איבערגעלאזט קיין זרע של קיימא. מנוחתו כבוד אויפן בית החיים אין קרית יואל.
דער משמח אלוקים אנשים ר' יואל לעבאוויטש הי"ו בן האדמו"ר מניקלשבורג ביי א פארברענג בליל ההילולא פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע וואו ער געשילדערט די השתלשלות פון זיין אייגענעם ברית וואס איז פארגעקומען אין טאג פונעם הסתלקות ביום המר והנמהר כ"ו אב תשל"ט.
די בחורי חמד תלמידי המתיבתא באבוב 45 ביים דורכגיין וואונטשן מזל טוב נאך א ברית פון אן איר אייניקל ביי האדמו"ר מבאבוב 45.
האדמו"ר מפאפא ביים הערצליך גלעטן אן איר אייניקל נאכן פארהערן א קבוצה קינדער פון תלמוד תורה קהלת יעקב פאפא.
הרב אברהם פריעד הי"ו משב"ק האדמו"ר מפינסק קארלין באגלייט ארויס דעם פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א נאכן דינען אלס מוהל ביי א ברית פון אן אייניקל ביי האדמו"ר מפינסק קארלין.
הרה"ג ר' אברהם ראבינאוויטש שליט"א אב"ד קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אינאיינעם מיט עסקני הישוב ביים אפנעמען ברכת קדשו פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.
הגה"צ אב"ד נייטרא מאנסי שליט"א מערקט "קרישקעס" אויף די גאסן אין ירושלים עיה"ק.
די ראחמיסטריווקא כולל פון בארא פארק אין שפיץ פונעם ראש הכולל הגה"צ רבי מאיר יוסף רובין שליט"א דומ""ץ ראחמיסטריווקא באזוכן בקודש פנימה ביים פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות.
פרישע שיפמענט פון זעק מיט צוקער פארן קאווע שטיבל אין ביהמ"ד הגדול בעלזא אין ירושלים.
העסקן הרב עזרא פיעדלענדער הי"ו בן האדמו"ר מליסקא מערקט "קרישקעס" אין א שמועס מיט האדמו"ר מראחמיסטריווקא ספרינג וואלי אין רבי ישעי'לעס הויז אין קערעסטיר.
דער מעיאר פון אלעד הרב יהודה בוטבול באזוכט דעם מוצאי שבת אין די אכסניא פון האדמו"ר מביאלא וועלכע האט געפראוועט שבת בקרב תלמידי ישיבתו אין שטאט אלעד.
שיין בילד פונעם וועכענטליכן חברותא'שאפט בתורת הנסתר צווישן דעם פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א און האדמו"ר מפינסק קארלין.
האדמו"ר ממאשלוי ביים באקוקן די מהודר'דיגע עירוב אין קערעסטיר זייענדיג צוגאסט אויף שבת אינעם גאסט הויז סמוך ונראה צום ציון הק'.
האדמו"ר מסקולען ירושלים באזוכט ביים פוסק הדור הגר"מ שטערנבוך אינאיינעם מיט בנו הבחור הבר מצוה לכבוד די שמחה.
האדמו"ר מבאבוב אין א תורה'דיגע שמועס מיט האדמו"ר מזידיטשוב באר שבע, ביים באבובער רבינס באזוך די וואך אין מחנה שלוה ד'באבוב.
הגה"צ רבי בעריש שנעבאלג אבד"ק זידיטשוב ביתר אין א ריקוד מיט איינע פון די אסירי ציון נאך זיין באפרייאונג דעם מוצאי שבת פון די מיליטערישע טורמע נוממער 10.
האדמו"ר מסערט וויזניץ מערקט "קרישקעס" אויפן פליגער קיין ארץ ישראל נאכן וויילן אין עסטרייך די לעצטע צוויי וואכן אויף אפרוה.
האדמו"ר רבי יצחק מאיר מארגנשטערן מתורת חכם דינט אלס סנדק ביי א ברית לבן אחד מתלמידיו בבית מדרשו פון המקובל הגה"צ רבי דוב קוק שליט"א אין טבריה.
אבד"ק לימינוב באזוכט אין די לאקאלע בית חב״ד אין חעמענעצקי אוקריינע וואו דער רב שליט"א האט מחזק געוועהן די ילדי החמד תושבי המקום.
האדמו"ר מדינוב ביים פוקד זיין דעם ציון הק' פון רבו הרה"ק מסאטמאר זי"ע אין די טעג בעפאר די הילולא קדישא.
האדמו"ר מטשארנאביל באזוכט אין בית שמש אין שטוב פונעם פלאמעניק הגה"צ רבי נפתלי צבי טייטלבוים שליט"א וואס איז אן איידעם ביים רבינס שוואגער האדמו"ר מוויזניץ.
ביים הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן צום תלמוד תורה סאטמאר אין ירושלים מערקט "קרישקעס" הרב יעקב האפמאן הי"ו משב"ק האדמו"ר מפשעווארסק וואס האט זיך משתתף געוועהן לכבודו פונעם נדבן הספר תורה הרה"ח ר' חיים יחזקאל שטיין שליט"א משב"ק הרה"ק מסאטמאר זי"ע, מחותנו פונעם פשעווארסקער רבי'ן.
ביי א רעגלמעסיגע מנחה די וואך בחצר הקודש תורת חכם מערקט "קרישקעס" הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו ביים מיטהאלטן די עבודה רבה פון האדמו"ר מתורת חכם בהשתפכות הנפש. (קרעדיט: יחיאל רייכמאן)
בקודש פנימה אינעם חדר הפרטי פון האדמו"ר מתורת חכם נאך מנחה.
הרבני הנגיד ר' שאול פערלשטיין הי"ו ראה"ק סאטמאר וויליאמסבורג ווערט געזעהן אויפן דאך פון ביהמ"ד הגדול סאטמאר אויף ראדני סט. ביים זיך אומקוקן ביי די בוי ארבעט מרחיב צו זיין די גבולי הקדושה פונעם נאסטאלגישן ביהמ"ד.
גאב"ד מאקאווא איז מתפלל ביים ציון קודש הקדשים פונעם הייליגן בעלזער רב זי"ע אין די טעג ארום די הילולא קדישא כ"א אב.
די וואך בעת די זמני כניסה ביי האדמו"ר מבעלזא אינעם גרויסן שטוב האט הנגיד ר' הערצקא ענגעל הי"ו מחשובי חסידי בעלזא אין בארא פארק איבערגעגעבן עטליכע נייע שופרות לקראת די הייליגע טעג פון אלול און ראש השנה. אין א מערקווירדיגע שריט האט דער רב שליט"א אויפן ארט געפרואווט די נייע שופרות, ווען דער קול השופר האט זיך געהערט אינעם גאנצן היכל.
שיין בילד פון האדמו"ר מקראלי אינאיינעם מיט תלמידי ישיבתו הק' שפאצירנדיג צווישן די וועלדער אין סט. פאולסבורג.
הנגידים רבי יחזקאל שוויממער נדיב ״קומת שוויממער״ און רבי חיים יודל לעפקאוויטש נדיב ״קומת לעפקאוויטש״, אינאיינעם מיט׳ן מנהל מוסדות יטב לב בירושלים עיה״ק הרה״ח ר׳ ירמי׳ טייטלבוים הי״ו אויפ׳ן דאך פונעם בנין החדש יטב לב אין ירושלים, ״היכל תפלה למשה ורבקה פריעדמאן״ וואס איז געווידמעט אלס מקום תפילה קעגן איבער דעם מקום המקדש, נתנדב געווארן דורך הנגיד מוה״ר ליפא פריעדמאן הי״ו.
ביים באזוך די וואך פון האדמו"ר מסאטמאר אינעם מיידל קעמפ האט "קרישקעס" אויפגעמערקט דעם נייעם פראכטפולן זילבערנעם שטעקן וואס איינע פון די נגידי החסידות האט איינגעהאנדלט פארן רבי'ן.
האדמו"ר מסטאניסלאב לאנדאן אין א באגעגעניש מיט הגה"צ אבד"ק לימינוב שליט"א אונטערוועגנס צווישן די מקומות הקדושים אין אייראפע.
דער טואוול לכבודו פון הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו פארנט פונעם נייעם פרעכטיגן בנין בית חינוך לבנות דחסידי סאטמאר אויף די יחזקאל גאס אין ירושלים, וואו דער נדיב ר' יואל האט געהאט א גרויס חלק מיט זיין ברייטהארציגע נתינה לטובת דעם בוי פראיעקט.
האדמו"ר מסאדיגורא לאנדאן מערקט "קרישקעס" אויף א שפאציר בנאות דשא צווישן די אלפן בערג אין שווייץ.
האדמו"ר מסערדאהעלי אין א שמועס מיט הגה"צ רבי בצלאל טוביה וועטנשטיין דומ"ץ בעלזא מאנסי ביים סעודת הילולא פון הרה"ק מבעלזא זי"ע אין שטאט בארא פארק.
דער אסיר ציון הב' אוריאל מירזקנדוב באזוכט ביים ראש הישיבה הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א נאך זיין באפרייאונג פונעם מיליטערישער טורמע פארן איינציגן זינד פון זיך נישט שטעלן צום צבא השמד.
האדמו"ר מסטריקוב באזוכט ביי שאר בשרו מרן הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע נין ונכד לצדיקי בית סטריקוב איינצולאדענען צו די חתונה פון אן אייניקל.
סאטמאר'ס שר העסקנים ר' אייזיק דאסקאל ביי די לעצטע הכנות צום מאסן פיקעטינג ברחובות מאנהעטן קעגן די רדיפות הדת אין ארה"ק.
אין די שטילע בין הזמנים טעג מערקט "קרישקעס" הגה"צ רבי מרדכי פנחס טווערסקי ראש ישיבת עסק התורה ראחמיסטריווקא ובנו הגדול פון האדמו"ר מראחמיסטריווקא ביים פארשרייבן חידושי תורה.
כולנו בני איש אחד: שיין בילד פון האחים החשובים למשפחת כהן ביים חגיגת הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן צו די הר צבי שטיבלעך אין ירושלים, לזכותו פון הגה"צ המקובל רבי נחום כהן שליט"א, המכונה "באבא נחום".
האדמו"ר מאלכסנדר ביים לחיים נאכן תפילין לייגן פאר אן אייניקל פון גאב"ד אנטווערפן מלפנים אבד"ק אלכסנדר אנטווערפען אינעם מקום הנופש סט. מוריץ – שווייץ.
האדמו"ר מבאבוב ווערט געזעהן ביים לחיים נאכן דאווענען איינע פון די טעג לכבוד די יארצייט פון די שוויגער מרת וואקסמאן ע"ה, ווערט געזעהן די שוואגער'ס האחים וואקסמאן שיחי'.
שלוחו של אדם: הרב רפאל צבי פאר משב"ק האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק ביים מנחם אבל זיין האדמו"ר משומרי אמונים ירושלים על פטירת אחותו הרבנית מנעשכיז ע"ה.
באשיידענעם שמחת הבר מצוה פון א אייניקל ביי גאב"ד מאקאווא, זוהן פון חתנו הרה"צ ר' משה יהודה פרידמאן שליט"א בנו הגדול פון האדמו"ר מבוהוש נאכדעם וואס דער רב שליט"א האט זיך נישט געקענט משתתף זיין ביים שמחת הבר מצוה בחצה"ק בוהוש.
האדמו"ר מסאטמאר ביים ליבליך באגריסן אן אייניקל בעת דעם רבינס באזוך אין די מחנות הקיץ פאריגע וואך.
בסוד שיח: המקובל הרה"צ ר' יצחק אבוחצירא שליט"א אין א טיפער שמועס מיטן ינוקא הגאון ר' שלמה יהודה שליט"א ביי א פריוואטער באזוך במעונו אין ראשון לציון.
*******
א ברכת מזל טוב פארן מייסטער אראנזשירער ר' אלי פריעדמאן הי"ו פון די בארימטער "אלי פריעדמאן פראדאקשענס" לרגל די שמחת החתונה פון בתו הכלה תחי' בשעה טובה ומוצלחת.
א ברכת מזל טוב פאר הרה"ח ר' בייניש אייזנבערג הי"ו משב"ק האדמו"ר מסקווירא לרגל די שידוך שליסן פון בנו החתן ני"ו בשעה טובה ומוצלחת.