הויפט בלאט באריכט ערב ראש חודש מוקדם: שמחת הבר מצוה בחצה"ק צאנז אין צוזאמענהאנג מיט תפילת יום כיפור קטן לאור גזירת הגיוס

ערב ראש חודש מוקדם: שמחת הבר מצוה בחצה"ק צאנז אין צוזאמענהאנג מיט תפילת יום כיפור קטן לאור גזירת הגיוס

געשריבן דורך admin

זונטאג פ' ראה • ל' אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט:משה גולדשטיין


פארלאפענעם דאנערשטאג האבן זיך אלפי חסידי צאנז מיטגעפריידט ביי די שמחה בחצר הקודש, די בר מצווה פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, א זון פון זיין זון הגה"צ רבי יוסף משה דב הלברשטאם שליט"א רב חסידי צאנז אין אמעריקא וראש ישיבות צאנז.

שוין אום זעקס אזייגער נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א ערשינען אינעם גרויסן היכל ראזענבערג אויף תפילת מנחה און יום כיפור קטן וואו עס איז דער מנהג א צאנז אום ערב ראש חודש אלול, און במיוחד אין ליכט פון די ביטערע גזירת הגיוס. אלס שליח ציבור האט פארגעדאווענט דעם רבינס בן זקונים הרה"צ רבי מאיר משולם הלברשטאם שליט"א.

נאך מנחה איז דער רבי צוגעפארן צו די גלי צאנז האטעל אויף אן אסיפה נחוצה מיט אלע רבני ודייני קהילות הקודש דחסידי צאנז ברחבי ארץ הקודש פאררופן דורכ'ן רבי'ן, וואו די רבי האט משמיע געווען דעם דבר השם ברמה אין ליכט פון א לעצטיגע שערוריה בחצר הקודש צאנז בנוגע תפילין, שפעטער בשעת די דברות קודש ביים שמחה האט דער רבי געמאלדן איבער די פרישע וועד וואס איז אוועקגעשטעלט געווארן בעניני תפילין אינערהאלב די קהילה.

דערויף איז די רבי ערשינען אינעם זאל צום שמחת הבר מצווה ווערנדיג ענטפאנגען לקול תרועת הזמר בשמחה וצהלה, די רבי שליט"א האט זיך געוואשן צום סעודה, מען האט אויפגעגעבן די מאכלים, און די בר מצווה בחור האט געמאכט א סיום מסכתא. דערנאך האט דער רבי מכבד געוועהן דער מצווה בחור צו זאגן דעם פשעטיל, און די רבי שליט"א האט זיך אויפגעשטעלט אויף א ריקוד של שמחה אויפן אויבן אן.

במשך די שמחה האט אויפגעטרעטן דעם רבינ'ס זון די בעל שמחה הגה"צ רבי יוסף משה דוב הלברשטאם שליט"א, און די רבי שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט דברות קודש א לענגערע וויילע, בראשית דבריו האט דער רבי משמיע געוועהן א שיינע דרוש בעניני תפילין, און דערנאך ארומגערעט איבער די הרחבת גבולי הקדושה טראץ די רדיפת הדת בארצינו הקדושה, ביים סוף פונעם מעמד איז פארגעקומען די חלוקת תעודות "צורבא מרבנן" פאר בחורים וואס האבן זיך פאהרערט פון 300 בלאט גמרא און ארויף. נאכן בענטשן איז דער גאנצער ציבור דורך אל מול פני הקודש וואונטשן מזל טוב.

ביים שמחה האבן זיך משתתף געווען מערערע אדמורי"ם, רבנים וקרובי משפחה צווישן זיי האדמורי"ם מסטריקוב ירושלים, זלאטשוב, ברעזאן, זלאזיץ, גאב"ד קרית הבעל שם טוב פתח תקווה, און אב"ד צאנז בני ברק.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00