במשך די פארלאפענער וואך האבן צענדליגער אדמורי"ם ורבנים באלאגערט ביתו נאווה קודש פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א אין קרית קרעטנשיף – רחובות, מנחם אבל זיין דעם רבי'ן נאך די פטירה פונעם שוועסטער הרבנית מרת שפרה מייזליש ע"ה אשת הגה"צ אבד"ק ווייצטען וויליאמסבורג שליט"א, וועלכער איז פארגאנגענעם זונטאג ראה נפטר געווארן אין עלטער פון 72 יאהר.
דורכאויס די נאכמיטאג שעהן איז דער רבי געזעצן שבעה אינאיינעם מיטן יונגערע ברודער כ"ק האדמו"ר מפרעמישלאן שליט"א וואו עס האט זיך אנגעזען אן אומאויפהערליכער שטראם פון מנחמים, דאראונטער אדמור"ים רבנים, עסקנים ואישי ציבור, און עס האט זיך פארצויגן שיינע שמועסן בעניני דת ודין און זכרונות מימי קדם.