הויפט בלאט באריכט לעצטע הכנות צום הילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מראחמיסטריווקא זצוק"ל

לעצטע הכנות צום הילולא קדישא פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מראחמיסטריווקא זצוק"ל

געשריבן דורך admin

דאנערשטאג פ' ראה • כ"ז אב תשפ"ה | בחצרות הקודש


מיט גרויס התרגשות גרייטן זיך חסידי ראחמסטריווקא צום געהויבענעם "שבת הילולא" פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מראחמסטריווקא זצוק"ל בעל אמרות טהורות, וואס געפאלט אויס היינטיגן שבת מברכין החודש, ער"ח אלול.

דער גייסט פון די הילולא האט זיך אין אלע ראחמסטריווקער צענטערן שוין געשפירט במשך דעם פארלאפענעם שבת קודש, שבת לפני ההילולא, ווען בניו כ"ק האדמורי"ם שליט"א האבן יורד געווען לפני התיבה צו תפלת המוספין און מוצש"ק צו מעריב, און ביי די דברות קודש ליל שב"ק ארומגערעדט איבער די בעפארשטייענדע הילולא.

מוצאי שבת זענען אין אלע ראחמסטריווקער צענטערן אפגעראכטן סעודות מלוה מלכה לרגל ההילולא קדישא, ביי וועלכן מ'האט געהערט דברות קודש וסיפורי צדיקים פונעם בעל ההילולא זצ"ל.

אין ביהמ"ד הגדול דק"ק ראחמסטריווקא אין בארא פארק האבן פילצאליגע אידן זיך פארזאמלט צו די מלוה מלכה בראשות כ"ק אדמו"ר מראחמסטריווקא שליט"א בנו הגדול פונעם בעל ההילולא, וועלכער האט משמיע געווען מאמרותיו, און מ'האט געהערט א צרור סיפורים פון די זקני החסידים.

אין לינדען איז די מלוה מלכה אפגעראכטן געווארן אין ביהמ"ד ראחמסטריווקא בראשות כ"ק אדמו"ר מראחמסטריווקא-לינדען שליט"א, וועלכער האט משמיע געווען מאמרותיו, און מ'האט געהערט א דרשה במשנתו פונעם בעל ההילולא דורך הגה"צ רבי אליעזר מרדכי סופר שליט"א אבד"ק סאטמאר-לינדען.

אויף די קעטסקיל בערג האבן הונדערטער חסידי ראחמסטריווקא זיך פארזאמלט אין ביהמ"ד פונעם נייעם קעמפ "מחנה אהל יצחק" בראשות כ"ק אדמו"ר מראחמסטריווקא-לעיקוואוד שליט"א, וועלכער האט אויף שבת געוויילט אין קעמפ, און האט ביי די מלוה מלכה אויפגעברענגט זכרונות נעימים. שפעטער האט מען געהערט די הפלא'דיגע זכרונות פון הרה"ג רבי שמואל אהרן קרויז שליט"א ר"מ בישיבת מאור התורה ומותיקי חסידי ראחמסטריווקא.

אצינד גרייטן זיך אלפי ישראל צו גיין פוקד זיין דעם ציון המצוינת פונעם בעל ההילולא אויפ'ן ראחמסטריווקער ביה"ח אין מאנסי, וואו די ארבעט גייט אן רונדע דעם זייגער צו פארענדיגן דעם נייעם אהל וואס ווערט געבויט העכער מקום מנוחת קדשו.

היינטיגן דאנערשטאג במשך דעם גאנצן טאג ווי אויך פרייטאג ערב שבת איז ערווארטעט א שטראם פון אלפי ישראל פון אלע שיכטן און קרייזן וואס וועלן קומען פוקד זיין דעם ציון המצוינת.

די פאליציי צוזאמען מיט א שטאב עסקנים וועלן האלטן ארדענונג אויפ'ן ביה"ח און אויף די ארומיגע שטחים וואס איז ספעציעל צוגעגרייט פאר פארקינג, מיט שאטעלס וואס וועלן צופירן דעם ציבור ביז צום ציון הק'.

כ"ק האדמורי"ם שליט"א וועלן עולה זיין צום ציון הק' דאנערשטאג ער"ח מוקדם איבער'ן טאג, כפי עדותו פון כ"ק אדמו"ר מראחמסטריווקא-ספרינג וואלי שליט"א, וואס ער האט געהערט פון זיין זיידן הרה"צ רבי וועלוועל טווערסקי זצ"ל ברודער פון ראחמסטריווקער רבי'ן זצ"ל, אז ווען א יארצייט געפאלט אויס אום שבת איז דער מנהג אז מ'גייט ארויף צום ציון דאנערשטאג פריער.

ביים ציון הק' וועט אויך זיין א מעגליכקייט איינצוקויפן די ספרי קודש אמרות טהורות פונעם בעל ההילולא זצ"ל פאר ספעציעל ביליגע פרייזן.

מיט א ספעציעלע הכנה גרייט מען זיך צום געהויבענעם שבת הילולא וואס וועט אפגעראכטן ווערן במקום הקודש, בבית מדרשו של רבי אין בארא פארק, דאס פלאץ וואס איז נתקדש געווארן בקדושה יתירה דורך דעם עבודת הקודש פונעם בעל ההילולא זצוק"ל במשך די לעצטע צוואנציג יאר לימי חייו, און ווערט נמשך דורך בנו ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א.

לכבוד דעם שבת הילולא וועלן אלע רביים ואדמורי"ם שליט"א בני וחתני בעל ההילולא זצ"ל פראווען דעם שבת צוזאמען, און וועלן אפרעכטן די תפלות און טישן בשבת אחים גם יחד, מיטן איינטיילן די תפלות און זמירות על הסדר.

אויף שבת זענען ערווארטעט הונדערטער אורחים פון אומעטום, פאר וועמען עס ווערט צוגעשטעלט אש"ל מלא צו שלאפן אין בנין התלמוד תורה, און די סעודות איינגעטיילט אין פארשידענע לאקאלן. שבת בייטאג וועט מען האבן די זכי' צו פראווען די סעודות בראשות כ"ק מרנן האדמורי"ם שליט"א בהיכל ביהמ"ד הגדול, בשעת די סעודה בצפרא דשבתא וועט מען מסיים זיין ש"ס וואס איז געלערנט געווארן דורך די חסידים לעילוי נשמתו פונעם בעל ההילולא.

דער שבת אנטשפרעכט צו זיין גאר א געהויבענער און גייסטרייכער, און מ'וועט דערביי מעלה זיין זכרונו הבהיר פונעם בעל ההילולא זצ"ל אויף א געהויבענעם שטייגער.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

*******

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00